די אסיפה חוה"מ פסח פלעגט יעדעס יאר הייסן א "אסיפה כללית" ווי אלפים מאנ"ש פלעגן זיך צוזאמקומען הערן דברי חיזוק והדרכה אויף אגאנץ יאר, און ספעציעל פאר'ן זומער פון כ"ק רבינו שליט"א, און שפעטער ווען ער איז שוין נישט געווען ביכולות ליידער, פון בנו הגדול גאב"ד קרית יואל שליט"א.
אייגענטליך איז דאס נאך געווען ביי רביה"ק זי"ע וואס פלעגט האלטן זיין דרשה לאברכים יעדעס יאר חוה"מ סוכות, און אזוי האט יבדלח"ט רבינו שליט"א אויך געטון, אבער שפעטער האט מען באשלאסן אז סוכות איז זייער שווער נאך די עבודה פון די הייליגע טעג, און פאר הוש"ר און די הקפות, האט מען עס געטוישט אויף חוה"מ פסח, אשרי עין ראתה כל אלה.
די לעצטע יארן איז עס געווארן א "גענעראל פארזאמלונג" וי מ' לופטערט אויס אלע בויך קרעמפפן פון אגאנץ יאר, וואלן, מחאות, פראטקאלירן שטאטוטן, פאטשן זיך אויפ'ן בויך אויף די אלע "אויפטוען", ווען מ' גייט אהיים פון די אסיפה זאגט נישט קיינער נאך די ביסל מוסר און געגאנבעטע פשעטלעך וואס מ' האט געהערט, יעדער פארציילט נאך וואס שוטה פערלשטיין האט געזאגט, און אויף וועם ער האט מוחה געווען וכדומה, הלא למשמע אוזן דאבה נפשנו.
 |
|
|