בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הרה"ג ר' משה חיים דוד יאזשעף ז"ל למנוחות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2005 20:25 לינק ישיר 
הרה"ג ר' משה חיים דוד יאזשעף ז"ל למנוחות

שבת ביינאכט איז נסתלק געווארן הרה"ג ר' משה חיים דוד יאזשעף זצ"ל דער לאנג-יעריגער מנהל פון די סאטמארער מוסדות אין נתני'ה.

ער איז געווען 76 יאר במותו.

די לווי' איז ארויס פון סעקעלהיד'ער ביהמ"ד און בני ברק, עס איז אריבער זיין הויז, און אויך סאטמארער ביהמ"ד און שיכון סאטמאר בני ברק, און עס איז געפארן קיין ירושלים און עס איז ארויס פון סאטמארער ביהמ"ד, ער איז נטמן געווארן אין הר הזיתים.

יהא זכרו ברוך לעד.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 02:47 לינק ישיר 

איז עזריאל יוז'עף א קרוב דארטן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/5/2005 00:29 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין סאטמארער (חידוש) אין איך ווייס אז ר' חיים דוד ז"ל איז געוועהן איין אויסער געווענליכער איידעלער איד.

איך האב דאס פון מיינע צאנז קל"ב מקורות. ער האט געוואינט אין נתניה און האט געלעבט גוט מיט יעדן איינעם.
ער האט זיך משדך געוועהן מיט קרית צאנזער יידען - זיין זון איז איין איידעם דארט - אין דער קל"ב רבי זצ"ל האט פון אים שטארק געהאלטן.

ער האט געפירט די ת"ת פאר אפאהר היימישע יידען וואס האבן געוואינט אין נתניה, און נישט גענומען קיין געלט םון די רעגירונג. פונדעסטוועגן דאך האט ער מכבד געוועהן יעדן ייד, די מלמדים זענען דעוועהן אלע צאנזער יונגעלייט, לבסוף זענען די תלמידים אויך געוועהן צאנזער וואס האבן געוואינט אין שטאט נתניה אדער נישט געוואלט שיקן קיין קרית צאנז.

עס זענען געוועהן אויך אנדערע תלמידים פון עמך אין נתניה.

דער איד איז געוועהן א הייסער סאטמארער חסיד, און געארבעט כל ימיו לשם שמים, צוליעב זיין רבין'ס שיטה

מי יתן והיה די היגע סאקמוירים זאל זיך אפלערנען פון אזעלכע יידען. אז מקען זיין א הייסער חסיד אין זיין א נארמאלער חסידישער ייד.

יהא זכרו ברוך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 19:16 לינק ישיר 

מורא'דיג, מורא'דיג, צוויי פאלנע גנבים, נישט קיין ווינדער אז אונזער יוסעלע וויל נישט רעדן דערפון, פארוואס פארשווייגט מען אזא מעשה נבלה, הא???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 17:45 לינק ישיר 

דאס איז ליידער נאך א קרבן עולה תמים פון די זאליס הי"ד.

ווי יעדער ווייסט האט זלמן לייב און זיינע רשעים אפגעשפארט די הייליגע מוסדות אין נתני' פאר דריי יאר צוריק, וואס מרן רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט, און עס איז געפירט געווארן מיט מסירת נפש דורך הרב חיים דוד ע"ה, און ר' זלמן לייב האט עס מיט רציחה אפגעשפארט און פארשיקט די קינדערלעך ווייל "ער" האט נישט געהאט קיין ניצן דערפון עס האט אים גארנישט געברענגט.

און ער האט פארקויפט די בנין פאר א געשוולענעם פרייז פון 1.2 מיליאן דאללער און זיך צוטיילט די געלט דערמיט מיט דעם לויער א. פישער וואס נאר דורך אים האבן זיי געקענט מאכן די טריפה'נע פארקויף, אוןו זיי האבן באצאלט דערמיט פאר א דירה פון חיים הערשלע, און די מוסדות האבן נישט געזעהן קיין איין דאללער עד היום דערפון.

ר' חיים דוד האט זיי גערופן צו דין תורה די מוסדות פון ירושלים האבן נישט געוואלט גיין מען האט געמאכט פורים פון אים, און זיי האבן אים טאראזירט מיטן ערגסטן בראבארישן אופן רח"ל לא יאומן כי יסופר, מען האט געמאכט יעעדן טאג פאני קאלס צו אים געשיקט עלעקטאררישענס, ארבעטערס דעליוועריס, וכו', אלעס אים אפצושטעלן פון אויפדעקן די שרעקליכע גניבה פון זלמן לייב און ר' חיים הערשלע האבן אפגעטאן מיט די הייליגע מוסדות.

די פרשה איז אים געגאנגען צום געזונט און ליידער שרייבט מען שוין היינט אויף אים ר' חיים דוד יאזעף ע"ה הי"ד, די זעלבע וואס האבן געטרינקען דאס בלוט און פארקיצערט דאס לעבן פון הגה"ח ר' ליפא שווארטץ ע"ה הי"ד מנהל מוסדות ירושלים ווייל ער זיי געשטערט פון זייערע גניבות און השחתות, די זעלבע האבן געטרינקען דאס בלוט און פארקיצערט דאס לעבן פון הגה"ח ר' חיים דוד יאזעף ע"ה הי"ד מנהל מוסדות נתני' ווייל ער זיי געשטערט פון זייערע גניבות און השחתות.

ארץ אל תכסה דמם!

תוקן על ידי - allnewspic - 09/05/2005 20:05:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 02:54 לינק ישיר 

כמו שכתוב, ראה מעשה ונזכר הלכה באמת לא בוער לי כ"כ, אבל הרי גם כתוב "אל תמנע טוב מבעליו" ע"כ רציתי להזכירם שעתה העת לפייסו אם לא פייסו אותו עד עתה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 00:51 לינק ישיר 


yosefelye.
ההלכה, זה מה שבוער לך.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 00:42 לינק ישיר 

לא אענה לך

כי הענין כבר נדוש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 00:30 לינק ישיר 

מפני שאין אומרים בפניו של מת אלא דבריו של מת, והנפטר הנוכחי, בחיים חיותו, התאונן כסדר, על כל העגמת נפש אשר השלשה פ... ישראל גרמו לו, על כן לפי דעתי החלטתי להזכירם לפייס אותו. ומצות פיוס הא אינו "דרעק" אלא חיוב הלכתי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 00:20 לינק ישיר 


yosefelye.
למה אי אפשר לדלג , לפחות על אשכול כגון זה, ולא לערבב את הדרעק של סאטמאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/5/2005 00:14 לינק ישיר 

לכ' הרב יוסף90, לפי ידיעתך, האם פייס ר' זלמן לייב וחבריו פרידמן/קסטנבוים את המנוח הרב יאזשעף ע"ה, על כל הצער והעגמת נפש שגרמו לו בעת סגירת המוסדות וגניבת הבנינים בנתני', אשר המנוח בנה וניהל אותם לשם ולתפארת שנים הרבה עד אשר באו שלשה הגנבים הנ"ל וסגרו המוסדות ומכרו הבנינם ושלשלו את הכסף לכיסיהם (כפי עדות הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2005 00:11 לינק ישיר 

ווי קומט סאטמער צו מתני'

חוץ אז ס'איז א ת"ת פאר 20 ספרדישע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2005 23:09 לינק ישיר 


ברוך דיין האמת.
איש חסיד היה, והקים בית לתפארת.(ראוי לציין, שאחרי המלחמה הוא נשאר יחיד לבית אביו ע"ה.)

יוסל. תעשה לי טובה, ותשלח לי לתיבה, מספר הטלפון, של הבית שיושבים שם שבעה.
תודה, ובשמחות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הרה"ג ר' משה חיים דוד יאזשעף ז"ל למנוחות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext