|
|
| נשלח ב-11/5/2005 16:57 |
|
| |
וועקי זאלי:
איך האב מורא אז דער בארא פארק פאפא רבי (ר' ישראל מנחם) וועט זיך גיין מתיר נדר זיין, ווייל ווי באקאנט האט ער נישט קיין זון ווער ס'זאל אים איבערנעמען, אבער יעצט אז אין באבוב איז אן איידעם געווארן א רבי, קען ער האבן א "פתח חרטה", ווייל איידעמער האט ער יא... ממילא האט ער שוין פאר וועמען איבערצולאזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2005 19:41 |
|
| |
דער אשכול האט נישט קיין אידישער טעם.
סתם מרבה מחלוקת בישראל.
מילא א אשכול וואס שמועסט וועגן א פארוויטיגטע פרשה, פארפאלען, אבער סתם צו זוכען פון אונטערן טיש ווי עס איז לעבעדיג? וואס גיט דאס צו?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2005 20:32 |
|
| |
KJיוצרהמאורות
מחלוקת ביי יידן איז איין אלטע צרה -עדיין מרקד בינינו
פארפאלען דאס אונזער חלק, ווען מהאט געוואלט אויספרואוון יידן פאר מתן תורה מיט וואס האט מען זיי געפרואווט
לא תגנוב?
לא תרצח?
לא תנאף?
אפילו נישט מיט לא תשקרו
נאר מיט וואס דען?
ויחן שם ישראל כאיש אחד בלב אחד!
סהאט איינמאהל פאסירט אחד היה בהיסטוריה ופרסמהו הכתוב.
פארפאלען דריי יידען מיט פינף דעות.
אזוי זענען מיר געוואקסן. און סאיז דא אסאך פאזיטיווע זייטען צו דעהם ואכמ"ל
דער חילוק איז נאר וויאזוי מען קריגט זיך.
צו ווי א איד צו להבדיל ווי א טאליבאן.
האסט א סכסוך וועגן א ירושה,
גיי צו דין תורה און ערלעדיג ,
קיינער בעט נישט זאלסט קושען יענעם דערנאך.
ביזטו נישט קיין מעביר על מדותיו.
האסט א חילוקי דעות אין השקפה צו הלכה?
זאג דיין צד, זיי מפרסם, דרוק ספרים, געזונטערהייט.
גאנץ ש"ס איז פול מיט חילוקי דעות.
אבער משתמט זיין פון א ד"ת מיט כל מיני תירוצים,
אדער צו אנהעצן דיינע חסידים קעגן אנדערע יידן צוליעב דיין פאליטיק אדער געלד,
נוצען אלע מיני אפענע שקרים וכזבים אבי דו זאלסט ארויס קומען גערעכטץ
אטאקירן דעם אנדערן צד פערזענליך מיט כל מיני שמות נרדפים - (הלל וו"ב'ס נוטרי ברית...)
פארדעקן אייגענע שמוץ דורך אטאקירן אנדערע יידן.
גורם זיין א חילול השם ביי גויים,פאליציי אין קאורטס,
מחלל זיין כבוד התורה ביי יידן וואס זאגן קוק די רבי'ס פירן זיך, וואס ווארט מען פון אונז?
אין וואס דאס איז גורם פאר צעירי הצאן וועט מען זעהן אין א דור שפעטער - אויב נישט ליידער שוין
קעגן דעהם דארף יעדער נארמאלער מענטש לוחם זיין
און ווער עס האט GUTS זיך ארויס צו רעדן קעגן זיין אייגענע גרופע ווען זיי באגייען עוולות,
דער איז דער אמת'ער לוחם מלחמות השם!
דער ווער עס האט אבער נישט קיין קישקעס צו דעהם,
האט ג-ט ב"ה באשאפן א היידפארק ווי די חצי גיבורים קענענן אביסל אויפדעקן דעם שמוץ פון די מכה רעהו בסתר'ס.
אשרינו מה טוב חלקנו מיר זענען די לוחמים
פארשטייט זיך אז דער לוחם הנ"ל קומט נישט צו לקרסוליו פון די גיבורים וואס פארן קיין מאנהעטטן חוה"מ צו זיצן אויבן אהן שרייען פוי קעגן ציונים - WHAT EVER THAT IS. זיי זענען דאך די גיבורים ענקים אנשי השם איינקלעך פון עוזא ושמחאי.
םארדעהם בין איך אויף היידפארק, אין פארדעהם האב איך געהאט טענות צו רז"ל אין רב"צ.
אבער נישט סתם זוכען שמוץ.
בענין בראך גארטל
איך בין פאראיאהר פאר פסח נאכגעפארן א שמות טראק אין איך האב מגלה געוועהן דעם אוצר ווי די מען אלע די חגורות גונז געווען.
איך האב שוין ב"ה גארטלעך היינט לרחצה פאר שבת פאר אינדערוואכן אלע סייזעס.
נ"ב טאמער איינער דארף אפאהר סעטס פאלשע ציין אונטערשטע אדער אויבערשטע אויף פסח ולכל השנה זאל ער זיך ווענדן באישי, מיר וועלען צופרידן שטעלען עצהיו"ט,
אויך איז צו באקומען אריגינאלע SELCO היטן, און טשולעט טעפ היטל מיט איין אמת'ן בית קיבול כתיתים פון אויבן נישט ווי היינט מיט א פיצעלע גומא בעלמא.
ADIOS
תוקן על ידי - baachi - 11/05/2005 20:41:31
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2005 21:45 |
|
| |
סתם נארישקייטן צו פארדרייען דעם אשכול.
ליכטיג:
כ'האב נישט געוואוסט אז די אלע האבן זיך אנגעהויבן קריגן נאכדעם וואס היידפארק האט זיך געעפנט...
וועגן דעם ענין פון מחלוקת, איז פאראן א שטארקער איינרעדעניש ביי מאנכע, כאילו נאר ביי אידן קריגט מען זיך.
דער מציאות איז פונקט פארקערט.
ביי ווער עס פירט זיך אויף געהעריג ווי א איד איז נישט מעגליך זיך צו קריגן.
מען גייט צו דין תורה און ביי דעם בלייבט עס (זיך קריגן מיט אפיקורסים, איז אויסדריקליך נישט קיין מחלוקת. דאס איז שלום!).
ביי די וועלכע קאפירן די גויים, ביי זיי איז פאראן די ערגסטע מחלוקת.
ווען מען זאל עפענען א אשכול, איבער אלע פאליטיק'ס וואס קומען פאר דא אין ניו יארק אליין, וואלט דער אשכול געהאט די מערסטע תגובות פון אלע אשכולות אין גאנץ היידפארק! (און מסתמא אויך די ווייניגסטע צפיות...).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2005 22:11 |
|
| |
דא האסטו מיינע ווערטער:
ביי ווער עס פירט זיך אויף געהעריג ווי א איד איז נישט מעגליך זיך צו קריגן.
וועגן צפיות, האף איך אז דו פארשטייסט יא וואס דו האסט געשריבן...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2005 22:35 |
|
| |
איך האלט אז דער אלטער באטשי איז כשר גערעכט,
וועקי מיינסט אז איינער גייט צו דין תורה קריגט זיך נישט? נארשיקייט, ער קריגט זיך יא נאר ווי א איד.
ביי אידן האט מען זיך אלע מאל געקריגט, אבער מען איז אויך אלעמאל געגאנגען צו דין תורה.
דאס מיינט נישט אז זיי האבען געמאכט שלום.
גראדע יא זייט היידפארק האט זיך אויפגעמאכט, איז כלל ישראל געווארען פול מיט ווירטואלע מחלוקת'ן, ווייל צו זיין א מכה רעהו בסתר איז געווארן זייער גרינג.
|
|
|
|
|