בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אלעס איבער דע וואלן אין ק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/5/2005 05:40 לינק ישיר 
אלעס איבער דע וואלן אין ק"י

אזו ווי אין דריי וואכן קומט פאר דע וואלן גייט מען דא
קענען שרייבן אלעס וועגן דעם און נישט עפענען אסאך אשכולות

אין א שטארק אומבאלומפערטע שלימזלות, איז יעקב יואל באנדא אראפגעפאלן פון די אלייענס טיקעט, און ער וועט נישט קענען לויפן אלס מעיאר קאנדידאט אויף די אלייענס טיקעט.

נאר אלס דעמאקראט.

פנחס יאקאבאוויטש האט צוזאמגענומען 500 חתימות פאר באנדא אבער ער האט זיך נישט געכאפט אז אויפ'ן אפיציעלע פאפירן האט ער געשריבען אז באנדא לויפט גאר פאר ווילידזש "טראסטי".

יעצט וועט די הייליגע אלייענס בלית ברירה מוזן קאמפיינען אז מען זאל וואוטן פאר זייערע קאנדידאטן אויף די דעמאקראטישע פארטיי.

דאס איז נאך א משל מיט וואספארא צוריקגעשטאנענע מענטשן מען האט דא צו טון

און זיי ווילן פירן דעם ווילידזש




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/5/2005 05:43 לינק ישיר 

וואס זאגן די לעצטע פאולס? ווער געווינט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2005 05:50 לינק ישיר 

טקסטשלךכאן שרייבט אין פורום וואס איז נייעס אין אידישע אפסטעיט

קרית יואל'ער אידן האבן היינט מיטגעהאלטן א היסטארישע געשעעניש.

יעקב יואל באנדא איז היינט ביי מעריב אריינגעקומען אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל, צום ערשטן מאל אין 20 יאר.

לצים האבן אים געגעבן שלום עליכם און עם געוויזן וואו די בית הכסא'ס זענען, איינער האט עם געוויזן דער מזרח וואנט און געזאגט אז אלס מעיאר פאסט ער זאל זיך ארויף זעצן אהין, אבער א צווייטער האט תיכף צוריק געזאגט אז ער קען נישט צו נעמען מעיאר שווימערס בענקל.

בקיצור דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.

יעקב יואל האט פרובירט צו עקטן כאילו ער איז א טעגליכער מתפלל (ווי באקאנט טרייט ער יעצט צו מאכן דעם אנשטעל אז ער איז א היימישער) אבער ער האט אומווילנדיג זיך פארקוקט אויף די הערליכע מארמאר ארון הקודש, וואס איז נאכנישט געווען די לעצטע מאל ווען ער איז געווען אין בית המדרש.

דאס איז אבער געווען א קלייניקייט קעגן די מעזשער פלאפ וואס ער האט געכאפט נאכן דאווענען, ווען ער האט געוואלט אריבערגיין צו די רביצין, דורך די טיר לעבן דעם רב'ס פלאץ, ביז איינער האט אים אויפמערקזאם געמאכט אז די טיר איז Out Of Order שוין יארן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/5/2005 20:58 לינק ישיר 

באנדא שרייבט אין אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק

היינט צופרי בין איך צופעליג אריין ביי די רעבעצין'ס ביהמ"ד טרעפ איך דארט חיים דוד דעסער וואו ער פירט אן קופקעס און קאמפיינט פעסט פאר די וואלן און די ביהמ"ד פארט אויף רעדער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/5/2005 07:48 לינק ישיר 

getme שרייבט אוןפורום אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק

די וואלן קאמפיין האט זיך היינט אפציעל אנגעהויבען דרוך די עקספריענס אין רעזאלטאטען קאמיטע

היינט איז געהאנגען מודעת אין ביהמ"ד בנוגע עבסענטי בעלעטס פאר ווער עס וועט נישט זיין אין קר"י אין טאג פין די וואלן

די קאמפיין וועט אנהאלטן צוויי וואכן מיט צוויי טעג

דערנאך ווערט ערווארטעט העפטיגע אינוועסטעגעשינס פין די אלייענס זייט קעגן די שווינדעל וואס עס גייט פארקימען אין טאג פין די וואלן דאס קען זיך ציען לערך זעקס חדשים אין מיט דעם גייט די אלייענס מחזק זיין זייערע קעלבעלעך אז אין אמת'ן אריין האבן זיי געהאט מער נאר די ווידלעש האט געשווינדעלט די וואלן

דערנאך קימט נאך דריי-אין-א-האלב-יאר אינטער די ווידער מעיארשאפט







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/5/2005 03:22 לינק ישיר 


קריתיואלער שרייבט אין פורום אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק

די גאנצע שטאט לאכט פון די לעצטע נאראנות פון דזשעיקאב בענדא, אז זיין פאנטאזיע פירט אים שוין דערצו, אז ער האט אנגעפאנגען צו קאמפיינען געהעריג ווי א גויאישער קאנדידאט וואס לויפט פאר גאווערנאר.

היינט איז אנגעקומען צו תושבי קרית יואל אויף די פאסט נישט מער און נישט ווייניגער ווי דער "סטעיט אוו די מעיאר" פון באנדא, א קאמפיין צעטל געשריבן געהעריג ווי א פאלנער גויאישער קאמפיין בראשור, מיט א שטארקן עגאאיסטישן און עקלדיגן געשרייבעכץ, וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געזען ביי חסידישע אידן,

אין זיין קאמפיין בראשור שלאגט ער פאר פארשידענע גויאישע זאכן וואס ער וויל איינפירן אין קרית יואל, אריינגערעכנט נישט מער און נישט ווייניגער, נאר אז אברהם ווידער זאל זיך שטעלן צו א דעבאטע מיט אים משוגע אויפ'ן קאפ געפאלן

איך בין נייגעריג וואס ער גייט נעקסט פארשלאגן? אפשר אז מען זאל אנפאנגען מאכן קאנווענשאנס און ריזיגע קאמפיין דינערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2005 08:07 לינק ישיר 

זאליweaky שרייבט

כתוב אחד אומר:

אז ביי די פאריאריגע טראסטי וואלן האבן רוב תושבי קרית יואל געשטימט אקעגן דעם רב, ווייל אין קרית יואל זענען געווען 5750 שטים בארעכטיגטע, און נאר 2600 מיט די בחורים (וועלכע זענען מיסטעריעז ארויסגעפאלן פון דעם 5750 נומבער...) האבן געשטימט פאר יענקל פריינד, קומט דאך אויס (דרייט דעם פינגער) אז 3150 האבן נישט געשטימט פארן רב.

וכתוב השני אומר:

"יעדער וואס גייט נישט ארויס שטימען, וועט זיין שטימע גערעכנט ווערן ווי א שטימע פאר קהל'ס קאנדידאטן"

(פאשקעוויל אין עיר הצדק)


כיצד יתקיימו שניהם ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2005 23:09 לינק ישיר 

קריתיואלער שרייבט

יעקב יואל באנדא האט זיך געטראפן היינט צופרי אין בית המדרש אן קיין ווערטער אין מויל, ווען א גרופע יונגעלייט האבן אים אריינגעשלעפט אין א דעבאטע, און ער האט נעבעך נישט געהאט וואס צו ענטפערן.

עס איז נעבעך געווען א רחמנות אויף באנדא וויאזוי די יונגעלייט פראקן אים אויס און ער טוישט קאלירן, נישט האבנדיג וואס צו ענטפערן.

ווי באקאנט האט באנדא געהאט געטשאלענדזשט דעם מעיאר אברהם ווידער ארויסצוקומען דעבאטירן מיט אים, פארשטייט זיך אז ווידער האט אפילו נישט געהאלטן פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר אזא טיפשות, יונגעלייט האבן זיך צוגעכאפט צו באנדא'ס טשאלענדזש און היינט ווען ער איז אריינגעקומען אין בית המדרש (ער איז דאך לעצטנס געווארן א מתפלל אין בית המדרש ווייל ער וויל אריינכאפן די אהרונים) האט מען זיך גענומען איבער זיינע ביינער און געטריבן ליצנות פון אים.

קודם האט מען אים געפרעגט וואספארא שייכות ער האט מיט די אלייענס.

יעקב יואל האט געשריגן חי וקיים אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיט די אלייענס, ער וויל זיי נישט קענען און שטייט ווייט פון זיי, און אז ער איז בשיטה א דעמאקראט.

האט מען אים געזאגט דו ביסט דאך געלאפן אויף די אלייענס פארטיי פאר דו ביסט אראפגעפאלן דערפון צוליב פנחס יאקאבאויטש'ס שלימזלות, און אויך ביסטו געווען ביי א מיטינג אין תולדות אהרן בית המדרש מיט יעקב מאיר פערענץ און אנדערע אלייענס מענטשן.

ער איז געווארן גערעגט און נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן.

נאכדעם האט מען אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די ביליגע אטאקעס אינעם עיר הצדק קעגן די מצילי אש און אנדערע לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציעס אין קרית יואל, האט ער געענטפערט אז ער האט נאכנישט געליינט דעם עיר הצדק און ער האט נאכנישט דיסיידעט צו ער איז קעגן מצילי אש אדער נישט.

דא האט מען אנגעפאנגען אים קראנק צו מאכן, וויבאלד ער איז דאך א קאנדידאט, וואס זיין מיינונג איז איבער די נוקלעאר אפשאן אין סענאט, ער איז געווארן מער און מער בכעס מיט יעדע מינוט וואס איז אריבער

איין יונגערמאן האט אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די הויכע גאזאלין פרייזן.

האט ער געפרעגט וואספארא שייכות האט דאס מיט קרית יואל?

האט אים דער יונגערמאן געזאגט, וואס הייסט? יעדער איד אין קרית יואל צאלט נעבעך אזויפיל אוועק פאר גאזאלין פרייזן, אלס קאנדידאט מוזט איר דאך זיכער האבן א פלאן וויאזוי צו לאוערן די הויכע פרייזן.

ער האט זיך גענומען צו שעלטן און גארנישט געענטפערט.

אן אנדערער יונגערמאן האט אים געפרעגט אויב מענדל שווימער וועט אפטרעטן אויב ער געווינט די וואלן.

דא האט ער שוין מער נישט געקענט דורכטראגן און ער איז אוועקגעגאנגען










דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2005 06:06 לינק ישיר 

קריתיואלער שרייבט

מענטשן האבן געמיינט אז אברהם יושע פריינד וועט שיקן די בעסטע פון זיי אלע, אבער דערווייל איז יחזקאל וויינשטאק, וואס דארף צו הייסן קלוגער פון פריינד, אים איבערגעשטיגן מיט קליינקעפיגע טיפשות, און איז געווארן דער געלעכטער פון שטאט.

היינט איז אנגעקומען א בריוו צו תושבי קרית יואל, פון נישט קיין אנדערן ווי דער זעלבער יחזקאל וויינשטאק, וואס האט געמאכט התגרות באומות פאר די שכנים פון קרית יואל, זיי צו דערשרעקן אז זיי זאלן זיך מוזן אפטראגן פון דא. אין דעם בריוו חזר'ט וויינשטאק נעבעך איבער פנחס יאקאבאוויטש'ס דמיונות אז די ווילידזש פלאנט צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט (נו, ווען גייען זיי שוין טאקע מאכן אזאנס?) און ער זאגט אז גייט עס שטערן.

אויך איז ער ביטער אנגעווייטאגט אז די פאבליק סעיפטי איז אנגעשלאסן אין די נעשאנעל קריים אינפארמעישן סענטער, (וואס דאס איז שקר וכזב, די פובליק סעיפטי איז נישט אנגעשלאסן אין די נעשאנעל קריים אינפארמעישן סענטער, נאר זיי מעגן נוצן דעם פראגרעם פון א שכנות'דיגע פאליס סטעישן, ווען א פארדעכטיגטער גוי פון קעמפ לעגווארדיע, אדער ערגעץ אנדערש, קומט אריין אין שטעטל און מען דארף נאכטשעקן זיין רעקארד.)

אבער די גרעסטע בהמישקייט פון אים איז אז ער זאגט צו אז ער גייט סטאפן שארט קאטס אין קרית יואל...

קוקט אויס אז די אלייענס מענטשן דרייוון אלע קארס און דארפן נישט קיין שארט קאטס...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2005 04:46 לינק ישיר 

אראפגעברענגט פון אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק

ארגינעלער שרייבט

היינט אינדערפרי האט די ווילידזש אוו קרית יואל אפגעהאלטן א מעכטיגע טאטאלע זיג.

ווען דער ריכטער האט ארויסגעגעבן זיין ענדגילטיגן אורטייל און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מוסרים האבן מיאוס פארלוירן.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט קלאר אז אין חוטא נשכר!

ארגינעלער שרייבט

דער ריכטער האט דערקלערט קאטעגאריש אז די אלייענס קען נישט האבן קיין איין איינציגן אינספעקטאר (די "קוראזשפולע פרויען" וואס זיי האבן געוואלט ברענגען), אנדערש ווי ביי די וואלן פון פאראיאר ווען מען האט זיי געגעבן איין אינספעקטאר ביי יעדן טיש.

פאר זיי זענען געגאנגען אין קאורט האט מען געווארנט די אלייענס אז אויב גייען זיי אין קארט וועלן זיי נישט באקומען אפילו דאס וואס זיי האבן געהאט פאריגע יאר, און וויבאלד זיי האבן נישט געפאלגט און דאך געגאנגען האבן זיי יעצט באקומען זייער פארדינטן שטראף.

די איינציגסטע זאך וואס די אלייענס גייט האבן איז 14 ראציגע פאול וואטשערס (איינס ביי יעדע טיש און איינס ביי די אינספעקטאר טיש) און נאך 4 מענעדזשערס (וואס מען רופט פלאטערס אין געריכט שפראך) 2 פער יעדע רום (עס איז דא צוויי רומס), וואס וועלן זיין אן טאפ פון די 14 פאול וואטשערס.

זיי וועלן אויך האבן דריי לאיערס (פונקט ווי פאראיאר) אבער דער דזשאדזש האט געזאגט אז זיי קענען נישט האבן קיין לאיער וואס האט נישט קיין לייסענס פון די אמעריקען באר אסאסיעשאן.

דאס מיינט אז דער אלייענס "לאיער" מעני מענגיועל (וואס האט קיינמאל קיין לאיער לייסענס נישט געהאט) וועט נישט טארן אריינטרעטן אין זאל.

אויך האט די אלייענס זיך געמוזט אונטערנעמען נישט צו ברענגען קיין היצקעפ לאיערס ווי מייקל סאסמאן אדער דזשאשוע ערליך.

קריתיואלער שרייבט
מער פרטים וואס אריגינאלער האט נישט איבערגעגעבן:

פאר מען איז אריין אין קארט זענען געזיצן די לאיערס פון ביידע זייטן און מען האט פארהאנדלט. די לאיערס פון די אלייענס האט זיך געבעטן אז מען זאל זיי כאטש לאזן מיט די זעלבע וואס זיי האבן געהאט פאריגע יאר (13 אינספעקטארס, 13 פאול וואטשערס און 3 לאיערס. בסך הכל 29 אלייענס מענטשן אין זאל).

אבער די לאיערס פון ווילידזש האבן באקומען א שטרענגען באפעל נישט נאכצוגעבן קיין שום זאך פאר די אלייענס, ווייל מען מוז זיי איינמאל פאר אלעמאל געבן א לעסאן אז מען גייט נישט אין קאורט אריין.

ווי שוין געווען געשריבן אויף היידפארק האט מען פאריגע יאר געגעבן פאר די אלייענס אן אינספעקטאר ביי יעדן טיש, מיט די תנאי אז זיי גייען נישט אין קאורט, אבער נאכ'ן אונטערשרייבן דעם אפמאך האבן זיי זיך אויסגעלאכט און יא געגאנגען אין קאורט. היי יאר האבן זיי באצאלט א פרייז דערפאר און מען האט זיי געלערנט א לעסאן אז אידן גייען נישט אין קאורט ווען מען דארף נישט גיין אין קאורט, און מען קען פארהאנדלען אינדרויסן פון קאורט!

היי יאר וועלן זיי האבן 18 פאול וואטשערס (אריינגערעכנט די פיר העכערע) 0 אינספעקטארס און 3 לאיערס א סך הכל פון 21

לעומת זה וועט די ווילידזש האבן 52 אינספעקטארס (אנשטאט נאר 39 פאראיאר), 18 פאול וואטשערס, פיר ווילידזש אפישעלס ביי די אינפארמעשאן טיש און 4 ווילידזש אפישעלס ביי די טשאלענדזש טיש און 3 לאיערס.

א סך הכל פון 81 ווילידזש מענטשן אין זאל

און דאס איז חוץ די פובליק סעיפטי אגענטן!

איך האף אז יעצט וועט די אלייענס ענדליך לערנען א לעסאן אז
!You can't fight city hall

rabbi88 שרייבט
Manny Manguel doesn't need a license. Remember what he did last year he came in with a home-made badge that said Liason to the Sheriff. And the alert Kiryas Joel Public Safety kicked him out.

Congratulations KJ Alliance on this Victory. I don't know how, but some how you always WIN!


user3user3 האט געשריבן:


Victory in court - KJA today

the court forced the viilage to give 20 poll watcher and give in to the KJA for 19 poll watchers

2. the county will take the books after the elections and not the village

more updates soon



תוקן על ידי - davka - 25/05/2005 21:07:56


זשוליאני08 שרייבט

זאלן זיי נאר ברענגען 20 פאול וואטשערס.

די פובליק סעיפטי וועט זיי ארויסווארפן...

יא, נאך א זאך וואס דער ריכטער האט געפסקנט קלאר און דייטליך, די טריפה'נע פובליק סעיפטי וועט זיין אין קאנטראל פון די סעקיוריטי במשכ'ן טאג!

I already congratulated you on your party's great victory but can you please make up your mind did the judge force Kiryas Joel to give you guys 19 or 20 Poll Watchers?

I know you're very excited with your great victory but try hard to make sense.
rabbi88


RABBI שרייבט:


Rather than argue with user3 about who won in court today I'll just bring this site to everyones attention.

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1373354

This way everyone can read for themselves what the ALLIANCE asked for and what they got.

We know that the Alliance won, that, goes without saying. The question is only what, SEE FOR YOUSELF.

ON THIS GREAT VICTORY, CONGRATULATIONS KJ ALLIANCE


תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 2:18:16
davka


So, user3, what is it 19 or 20 poll watchers?
rabbi88

HEY RABBI88
WE WITH THE ALLIANCE ARE VERY HAPPY WITH THE COURT TODAY SO STOP PROPOGANDERING ONE SIDE AS LONG AS THE BOOKS CAN BE REVIEWED AFTER THE ELECTIONS BY THE BOARD OF ELECTION TO CATCH YOUR GUYS FRAUD THATS ENOUGH FOR US OF COURSE A LOT MORE WAS ASK BUT WE WERE READY TO ACCEPT WHATS MOST IMPORTANT
I ASK EVERYBODY TO STOP USING THIS WEBSITE AS RABBI88 PUTS ON WAHTEVER HE LIKES AND IF HE DOES NOT HAVE AN ANSWER HE REMOVES IT FROM THE SITE AS RABBI88 CONTROLS THAT

תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 2:20:12
HirshHater


So you won? OK you'll get no argument from me. I'll just wish you to keep on winning this way. Now, about the books, this was the case last year and four years ago. And the county cannot release the books without the express from a judge.

You want to convince me that you're happy because last year your team had inspectors and this year you don't? NO PROBLEM! I'll accept that too.

Just one problem when you loose this year who are you going to blame? Remember, the County will have the books and you wouldn't be able to say that dead people voted?

Guess you were too busy trying to figure out who I was to think so far ahead.
By the way, thanks for the complement. You mean to say that my English is as good as ------ that's really nice of you. But tell me, you really mean it?


תוקן על ידי - davka - 26/05/2005 2:22:52
rabbi88


וואס איז די חילוק צווישן פאול וואטשערס אין אינספעקטערס??

ביידע טיען לכאורה די זעלבע ארבעט??
ביידע קיקן אז עס זאל נישט זיין קיין שווינדלערייען.האט איינער פין זיי מער מאכט ווי דער צווייטער??

איז דער גאנצער פארלירן פין די זאליס נאר אז זיי האבן אכט מענטשן ווייניגער??

ווער עס ווייסט ביטע ענטפערן
getme

א פאול וואטשער איז נאר דארט צו פארזיכערן אז עס כאפן זיך נישט אריין קיין פאלשע וואוטער'ס.

א אינספעקטאר האט פאקטישע רעכטן צו באשטימען אין געוויסע אנגעלעגנהייטן.

צב"ש, אויב א פאול וואטשער (אדער סיי ווער) האט געטשעלענזשט א וואוטער, דארפן די אינספעקטאר'ס צווישן זיך אפמאכן אויב מען זאל יענעם הייסן שטימען אויף א בעלאט, אדער אונטערשרייבן אונטער א AFFIRMATION (להבדיל ווי א שבועה), וכדו'.

עס איז נישט סתם דער ציפער, נאר פאריאר האבן זיי געקענט עטוואס מאכן פראבלעמען, אויב זייער אינספעקטאר וואלט נישט געוואלט לאזן דעם וואוטער אריינגיין אין די בודקע.
זאליweaky


געט מי

די נומער וואס די אלייענס האט געוואלט איז נישט 28

נאר וואזשע דען

3 פאול וואטשער פער טיש, פאר יעדע פארטיי, זיי האבן צוויי פארטייען, קומט אויס 3 מאל 14 -אזויפיל טישן איז דא - האלט מען שוין ביי 42 מאל 2 פאר צוויי פארטייען האלט מען שוין ביי 84

יעצט האבן זיי געוואלט, האלב אינספעקטארס, עס זענען דא צוויי אינספעקטארס ביי יעדע טיש, איז נאך 14, ווייל 14 טישן מאל 2 איז 28 האלב דערפון איז 14

יעצט האבן זיי אויך געבעטן איין 'אינוועסטיגעיטאר' ביי יעדע טיש איז נאך 14

איז 84 + 14 + 14 קומט אויס 112, און פון דעם גייען זיי בלייבן מיט בערך 100 ווייניגער

און וואסערע קאפ ווייטאג, זיי האבן געוואלט מאכן מיט די 100 חברה וואס בלייבן אינדערהיים - קוראזשפולע פרויען איז דאס גערופן געווארן אין 'עיר הצדק' - קען יעדער אליין טראכטן

דער עיקר איז, אז זיי האבן נישט געוואלט מער
KJAlliance


אלייענס האט גוט מסביר געווען וואס זיי האבן געבעטען אין נישט באקומען, אבער כדי מסביר צו זיין וואסערע שרעקליכע דורכפאל זיי האבען געהאט, מיטן נישט באקומען קיין אינספעקטערס, וועלן מיר זיך ווענדען צו אונזער חשובע טראסטי קאנדידאט, ר' אברהם יושע פריינד.

דאנלאד די קליפ, וועסטו הערען וויאזוי די פה מפיק מרגליות, חכם מחוכם, איז מסביר מיט גרויס פראפעשאנאליזעם די געוואלדיגע זיג וואס די אלייענס האט געהאט מיטן באקומען איין אינספעקטער ביי יעדן טיש, ביי די פאריגע יאר וואלען.

http://rapidshare.de/files/1983351/Inspector_Flop.mp3.html
טקסטשלךכאן


אלייענסkj גערעכט

טקסשלך

רבותי. הערטס דעם קליפ וואס טקסשלךכאן האט ארויף געלייגט

תוקן על ידי - getme - 26/05/2005 3:36:25
getme




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 04:57 לינק ישיר 

געשמאק שרייבט

אין א עלפטע שעה פארצווייפלונג, האט די אלייענס ארומגעשיקט, מחנות שווארצע כאלערען איבער די גאנצע שטעטל, אין זיי האבן געטיילט א אלייענס נעגעטיווע פאשקעוויל, די פרויען האבען זיך שטארק דערשראקן פון די שחורים, אין ס'האט געברענגט א שטארקע נעגעטיווע אפעקט אויף דעם אזוי אויך שלימזל'דיגער אלייענס טיעם

אלייענס כה לחי





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 06:23 לינק ישיר 

קישטא_קאי שרייבט


היינט צופרי ווען מ'איז אריינגעקומען אין בית המדרש האט געהאנגען די דרשה פון אברהם ווידער וואס ער האט געהאלטן שבת פארן ליינען, און דער עולם האט גלייך פארשטאנען אז ס'איז היי יאר וועט נישט פארקומען קיין גענעראל פארזאמלונג.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 08:07 לינק ישיר 

איז דען דא א שאלה צו ער גייט געווינען?

די שאלה איז נאר מיט וויפיל %, קען איך פארשטיין אז אויף א פראצענט ארויף אדער אראפ וויל ער נישט ספענדן געלט מיט צייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2005 14:32 לינק ישיר 

Today i's Voting Day for the control of Kiryas Yoel MonDroe

http://vosizneias.blogspot.com/2005/06/voting-day-on-control-of-kiryas.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אלעס איבער דע וואלן אין ק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext