| נשלח ב-12/5/2005 16:27 |
|
| |
דינא דמלכותא דינא
איך האב יעצט געפענט די סטאר ווי איך ארבעט, אין ישראל איז היינט א יו"ט האב איך געמעגט עפענען דאס געשפטעל?
ביז יעצט בין איך געווען געשפארט, פאר א טייל אלץ אבלות, און פאר א טייל אלץ יו"ט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 02:05 |
|
| |
איך האב נישט באמערקט אז די חרדים אין ארץ ישראל שטעלן זיך נישט אפ.
פארשטייט זיך אז מען זיצט ביי זיך אין שטוב וועט זיך קיינער נישט אפשטעלן, אבער אופן גאס איז יא איינגעפירט אז דער עולם שטעלט זיך אפ כדי זיך נישט צו רייצען.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 01:08 |
|
| |
באטשי
וועקי האט גיט גענפערט.
חוץ מזה מיר האבן א ספר ויואל משה "וואס קיינער האט נאך נישט אפגעוואנדען" דארט אין יענע ספר שטייט באריכות אז א מדינה פאר ביאת משיח איז כפירה באלקי ישראל
ממילא קען מען נישט געבן קיין ארקענוג פאר דעם
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 01:03 |
|
| |
באטשי:
דו האסט זיך אויסגעלערנט אידיש ווען דו ביזט נאך געווען א חרדי ???
אלס א דערמאנונג.
די חרדים אין מדינת ישראל, אפגעזען פון וועלכע קרייזן, שטעלן זיך נישט אפ ביי די פייפערייען.
און די פרייע פרעסע-לייט זענען יעדע יאר פארנומען דערמיט.
די סאלדאטן פון צה"ל זענען אונזער פראבלעם, נישט אונזער לעזונג.
ווען נישט די צה"ל און זיינע פארגייער די אצ"ל און לח"י, וואלט מען היינט געקענט רואיג גיין קיין שכם, אזויווי מען פלעגט גיין הונדערטער יארן.
איך וואלט גערן מסכים געווען אז די צה"ל זאל זיך גענצליך אויפלעזן, ווען נישט וואס די אראבישע רוצחים וועלן אריינקומען און שחט'ן אלע אידן.
און דערפאר דארף איך זיי מכיר טובה זיין ???
פארן אנרייצן דעם בער, און דערנאך אים בינדן ???
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2005 00:55 |
|
| |
איך פארטיי נישט דעם דשאוק
דו וואינסט אין ארץ ישראל?
דו גייסט קיין שכם?
ניין!
דו גייסט קיין ירושלים?
יא!
ווייל דאס מיליטער היט אין ירושלים און נישט אין שכם!
זיי שלאגן פאר דיר אין פארגיסן בלוט!
זיי ווילען נאר מען זאל זיי אנערקענען אין שטיין איינמאהל אין יאהר א מינוט שטיל!
פארוואס מוז מען זיך מיט זיי רייצען.
ממה נפשך, זענען זיי גויים איז עס דאך איין התגרות באומות.
אין אויב זיי זענען אידן מעג מען יא? יידן זענען נישט קיין אומה?

|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2005 16:36 |
|
| |
א איד האט מיר פארציילט אז ער האט זיך נישט אפגעשטעלט ווען ס'האט געפיפען דום,
(אין די מדינת ישראל איז דא א הזכרה פאר די אומגעקימענע אין זיער מלחמה, דער פייפער פייפט אין גאנצן לאנד אין יעדער שטעלט זיך אפ די פיסגייער אין די אוטאמאבילן אויף איין מוניט)
שטייט א פרייער און זעט ווי ער וואקט בשעת דום, ער דערהייבט נישט און שרייט אויף אים מיט קללות, פרעגט אים דער חרדי איז עס א עבירה צו גיין בעת דום, זאגט דער פרייער אודאי איז דאס אן עבירה, זאגט דער חרדי איך בין א פרייער איך מעג עובר זיין עבירות
|
|
|
|
|