שופר
אויב האט באטשי גוט געענפערט וואלט געווען שיין זאלסט עם באדאנקען... אויב נישט לאמער הערען וואס די האסט צו זאגען.
נשלח ב-15/5/2005 22:45
באטשי איך קען מיך קוים צאמנעמען נאך אזוי טיף ווערען אריינגעפליקט איך מיין אז שופר וועט דיר מכיר טובה זיין פאר אזא גוטע זשאב. יעצט לאמער הערען וואס ער האט צו זאגען...
נשלח ב-15/5/2005 22:08
שופר שופר
אזוי ווי דו האסט מיך מהנה געוען מיט דיין לאנגע העתקה אינם דערבייאיגן אשכול וויל איך דיר מכיר טובה זיין און ענטפערן אויף די אטאקעס קעגן דיר, פארגעס נישט איך בין אויף געוואקסן אין זעלבן חדר ווי דו.
אבער נאר ביז מאנטיג.
יאמאמיי
וואס גלייכסטו צו הודו צו קיש, דא ווייזטו ארויס דיין בורות אזוי ווי דו אלטע עמי הארצים אין מארגן זשורנאל
קודם כל איז דארט געוועהן א דרבנן אין דא איז דאורייתא'ס ממש
שנית דארט איז געווהן בצנעה אין דא איז בפרהסיא וואס חילול שבת בפרהסיא דינו כגוי לכל דבר
ובשלישית
דארט איז דאך זיין רבי געוועהן עולא
דא איז דאך נישטא קיין איינער ערליכר רב וואס איז מתיר.
אלע ערליכע היימישע רבנים בלי שום יוצא מן הכלל האבן עס געאסערט.
בפרט די רבני הדור הישן כידוע וואס אפילו די יחידים המתירים וואס זענען נעביך דורכגעפאלן אין נישט געקענט עומד בנסיון זיי האבן בסוף ימיהם תשובה געטוהן און חוזר געוועהן, ווי יעדער ווייסט
איז דאך אין בי"ד יכול לבטל- ודבר שנאסר במנין וגו'
ובעיקר ראייתי אז מזעט דאך נישט דעם עירוב, פארוואס?
דער תירוץ איז, זיי האבן מורא עס צו ווייזן ווייל עס איז פול מיט פסולים אפילו לשיטתם הפסולה
יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט דאך דאס.
סאיז אויך קיין נישט אפגעשריבן קיין שום תשובה או בירור הלכה בעולם מתיר צו זיין דעם עירוב!.
איך רעדט נישט פון די אלע אפגעפרעגטע רבנים, וואס דער רבי זי"ע האט שוין לאנג אויף זיי געזאגט אז זיי זענען מגלה פנים בתורה שלא כהלכה כידוע מספר הק' נועם אלימלך... וגם בספה"ק שופר של עולה אודות גודל העוון להכשיל את הרבים ועיין באוהח"ק סוף פרשת קדושים בענין לפני עיור
כל העמים ילכו איש בשם אלוקיו וגו'
.
שויתי ה' לנגדי תמיד
נכתב על ידי באטשי למען שופר שופר
תוקן על ידי - baachi - 15/05/2005 22:14:33
נשלח ב-15/5/2005 19:43
איך מיין אז די וואס שרייען זענען גערעכט.
די רבי זי"ע האט געזאגט "אז עס טוט וויי שרייט מען".
עס טוט שרעקלעך וויי צו זעהן ווי יענער טראגט און האט הנאה, און איך קען נישט טראגען, און איך מוז בלייבען איינגעשפארט אין שטוב אגאנצען טאג. ממילא
שרייט מען!
נשלח ב-15/5/2005 19:18
דארט האסטו פיין געזאגט. יעצט ווארט איך זאלסט אויך דא פיין זאגען...
מיין ווייב פייניגט מיר שוין און איך וויל נאך שרייבען עפעס דארט, ביי אונזער פארום. (אויך דא וויל איך פרעגען פארוואס מען לערענט נישט אויס דעם עולם הלכות מחאה. אבער דאס וועל איך שרייבען נאכדעם וואס די וועסט מיר דא אפפרעגען..)
אבער די חילול ה' איז ווען א גוי זעט ווי חסידישע אידען שרייען איינע אויפען צווייטען. נאכדערצו אויף א זאך וואס וועט ממילא נישט אויפטון. דער עירוב בלייבט. די שרייען וועט דאס נישט אראפנעמען..
האט טאקע דער רבי ז"ל געהאלטען אז אויב דער עירוב שטייט טאר מען נישט טראגען אדער האט ער געהאלטען אזוי ווי דער ר"י פון שערי יושר וואס האט געבעטען די רבנים נישט צו לאזען מאכען א עירוב אבער יעצט לאזט ער נישט שרייען ?