how original. did you think of that all by yourself?
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-16/8/2005 21:48
wassa
i dont want to be dragged down to your level.
נשלח ב-16/8/2005 21:31
זאב
מצוה גוררת מצוה.
פון דיין לערנען דעם שמייליגען דף יומי ביז צו גליטשען אויף'ן אינטרנעץ רחמנא יצילנו.
וואס איז דער נעקסטע מצוה דיינער?
"Never argue with an idiot. They drag you down to their level and beat you with experience.
נשלח ב-16/8/2005 21:25
טיערער זאב, איך האב גרויס מיטלייד מיט דיר, אבער איך האב דעם מאמר געדרוקט שווארץ אויף וויס, קאפירט פונעם ספר משכנות הרועים. איך האב נישט קיין סקענער, אויב יא וואלט איך עס דיר אריינגעסקענט.
פון מונקאטשער רב דער הייליגער מנחת אלעזר זצוק"ל איז דא נאך שארפערס.
נאר וויבאלד באראפארקער האט אריינגעברענגט אינמיטן אשכול פון דף היומי דעם נושא פון באבוב, האב איך געוואלט דערמאנען א מאמר פונעם הייליגן באבובער רב וואס איז נוגע לענין. אויב האב איך דיר וויי געטוהן אדער נאך גולשים, בין איך יעדן מפייס. איך האב טאקע תיכף צוגעברענגט, אז פיל גדולי ישראל שטיצן עס יא. אבער איך האלט נישט פון באגראבן אדער באהאלטן א מציאות און א פאקט, נאכדערצו ווען דאס איז א מאמר פון א גדול הדור.
אפשר זאל מען דאס זאגען אויף דיינע רבי'ס? פארשטייט זיך נאר בדרך משל ?
עס איז אומגויבליך וואס היימישע אידן קענען מזלזל זיין און כל הקדוש ווען עס קומט צו זייערע אינטערעסען.
נשלח ב-16/8/2005 20:41
זאב ווילסט פארלערנען א טעגליכער שיעור אין דף פאר אונז סאטמארער דא
נשלח ב-16/8/2005 20:40
בדרך אגב ובדרך אפשר, שלא להוציא מסקנות.
דער פריערדיגער באבובער רב רבי בנציון זצוק"ל האט געזאגט: אז די דף היומי איז גלייך צו א שטיקל פארשטונקענע הערינג איינגעפאקט אין א שיינע מתנה פאפיר.
פיל גדולי ישראל האבן געלערנט און געשטיצט דאס לערנען דף היומי. און פיל גדולי ישראל זענען געווען דערקעגן. דערצווישן דער באבובער רב זצ"ל.
דער עיקר דארף יעדער זען צו האבן א שיעור קבוע, אויב ביי זיי האט מען געלערנט דף היומי, כה לחי. אויב נישט, דארף מען אליין מאכן א סדר צו לערנען בקביעות עתים לתורה.
נשלח ב-16/8/2005 20:08
זיסקייט !
איך גלייב דיר אז די לאכסט
אבער איך קלער אז די לאכסט ווייל ביי דיר איז זייער פאני צו רעדען וועגען דברי תורה אן א קנייטש אין שטערן.
ענטפערט די גמרא ער אז עס רעד זיך אויף אן אופן וואס ער דארף נישט רייסען קיין קריעה ע"פ הלכה אבער ער רייסט פארט וועגען זיין צער.
דהיינו עס רעד זיך נישט ביין קיין תלמיד חכם אדער אפילו אן אדם כשר נאר ביי א פראסטען איד.
קומט אויס לפי זה אז די סתם משנה פון הקורע על מתו רעד זיך אז איינער האט א גוטן פריינד וואס איז נישט קיין קרוב וואס מען מוז אויף עם רייסען קריעה ע"פ הלכה וואס איז אויך א פראסטער איד און ער רייסט זיך וועגען צער וואס ער האט אז יענער איז נפטר געווארען.
דאס שרייבט רבינו הקדוש.
מען קען האבען אזא געפיל פאר איד אפילו ווען ער איז נישט קיין אדם כשר !!!
ודי לחכימא.
נשלח ב-15/5/2005 19:57
sim
זיי נישט אזוי ערענסט, קאמאן, געב א שמייכעל, די מצב איז נישט אזוי געפערליך.
נשלח ב-15/5/2005 19:00
בארא פארקער!
הנה נתברר כי בנתיים הנך עוסק בדף היומי...
משום מה מכל הדף של היום מצאת רק את המעשה של עולא, אך עיין שם בתוס' (למרות שבשיעורי הדף בדר"כ אין לומדים התוס') ותבין שהנך בגדר לועג לחכמים. מה עוד שהמדובר בקדושי עליון מלאכי מרום.
תוקן על ידי - allnewspic - 16/08/2005 20:52:22
נשלח ב-15/5/2005 17:57
אבער ר' זאב
געדענק איין זאך, אז די האלטס שבת י"ג, טוה נישט וואס עולא האט געטוהן, און אווודאי נישט וואס דער תלמיד אחד, ווייל דעמאלס ווען מען זאגען אז עבירה גוררת עבירה!
נשלח ב-15/5/2005 17:52
זאב
עס דערמאנט מיר פון אן אלטע חסידיש ווארט,
מצוה גוררת מצוה, עבירה גוררת עבירה,
דהיינו, אז א איד איז מסופק צו עפעס איז א מצוה צו א עבירה,
דארף ער נישט מער ווי קוקען וואס זענען די תוצאות פון דעם,
נו, אז דער סיום הש"ס בפומבי, איז גורם אזויפיל אידען זאלען זיך זעצען צו טעגליכע שיעורי תורה אין גפ"ת,