<אז סאטמארער חסידים שרייבען אזוי מיינט נאך נישט הדברים ידועים, אמת איך האב געזען וויינמאן, ער איז טאקע נישט קיין סאטמארער אבער ער שרייבט מיט זייער השקפה. ווי שרייבט עס בריסקער רב? האסט א מקור בכתב?>
1. ער שרייבט מיט זייער השקפה? ער ברענגט דיר א קאפי פונעם ארגינעלן צעטל אויף וועלכן עס שטייט "הניצנים הראשונים של קיבוץ גליות" און כשר האט געדרוקט אין התקופה הגדולה "הניצנים הראשונים של האתלחתא דגאולה" - א חילוק פון הימל און ערד, און ער האט נאך געמאכט א גאנצן פרק (עשרים, דוכט זיך) אז "רוב רבני ישראל" האבן מודה געווען אז די מדינה איז אתחלתא דגאולה! השקפה מאן דכר שמה? ער רעדט פון א פאקט.
2. סתם לידיעה. וויינמאן שרייבט בכלל נישט סאטמארע השקפה, אויב ביסטו אדורך דעם ספר געהעריג.
3. א מקור בכתב? און אויב ס'איז געדרוקט? הפלא ופלא, ווען ס'איז געדרוקט זאגט מען מזויף; ווען ס'איז נישט געדרוקט בעט מען א כתב. איך האב עס געהערט פון אסאך מענטשן, און ס'איז מפורסם. וויסט נישט גלייבן גלייב נישט. אפרים דיינארד האט געשריבן א גאנצן ביכל, "עם תועי לבב", אז דער בעש"ט איז לא היה ולא נברא און ער ברענגט גאנצעטע ראיות. גיי ווענד אים אפ. ווילסט גלייבן גלייב, אויב נישט, אפילו ר' אברהם יושע וועט שרייבן-זאגן אז עס איז אמת וועט עס אויך נישט אויסמאכן.