בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שטויבער זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/5/2005 16:55 לינק ישיר 
הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שטויבער זצ"ל

נעכטן 7 אזייגער האט מען נאך געהאט א ווארט און געטאנצט ביי אים אין שפיטאל

די לויה איז 10 אזייגער סטמר ראדני



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 15:41 לינק ישיר 

דער רבי ז"ל האט עם גערופען "צפת'ער שוחט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2005 20:44 לינק ישיר 

ארי-וועקי
יעצט האסטו גוט געזאגט...
אמאל זאגסטו דעם אמת אויך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2005 17:04 לינק ישיר 


מי זה הנפטר שמתווכחים עליו

הוא היה ת"ח או סתם ביהמ"ד יוד ? ?

מי מעוניין בכלל איזה חסיד הוא היה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 23:48 לינק ישיר 

לאז מיר דיר מסביר זיין א נקודה.

אלס אהרוני, גייט מיר זייער קנאפ אן וואו די נפטרים געהערן.

איך וואלט ענק גערן געגעבן אלע נפטרים (דעם רבי'ן זי"ע האט איר דאך שוין אליין גענומען...), און עטץ זאלט'ס אונז געבן אלע לעבעדיגע.
איך דארף ברית'ן און קידושים, נישט קיין לוויות.

און ר' ישעי' יעקב ובניו גייען במילא זיין זאלי'ס, נישט קיין נפ"מ וואס אונז וועלן מיר דא אפמאכן, חיים משה איז קיינמאל קיין זאלי נישט געווען (און אויך נישט קיין אהרוני), מרדכי וועט קיין זאלי שוין נישט זיין, און אברהם וואלף, שמואל מאיר, און שלמה הערש וועלן ווייטער בלייבן פארביסענע שונאים אזויווי אלעמאל.

ר' בעריש קאהן וועט ווייטער זיין אי"ה א פייערדיגער אהרוני.

די איינציגע זאך וואס מיר שטערט, איז דאס פעלשן היסטאריע.

און איך זאג דאס איבער, ר' יחזקאל איז געווען א זאלי, פונקט ווי רבינו שליט"א...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2005 20:47 לינק ישיר 

נעבעך אויף אזעלכע לוזערס...
הגה"צ רבי ישעי' יעקב שליט"א האט קיינמאל נישט איבערגעקערט קיין וועלטן און באשמוצט א טאטן אין די גאסן.
הרה"ח ר' יחזקאל ז"ל פלעגט "אלע יארן" רעדן מיט אזא התרגשות פון זיין געהויבענעם זון. ער וואלט אים נישט פארטוישט...
נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט ממנה געווען בנו יקירו הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב האט ער זיך אויסגעדריקט אז יעצט זעט ער וויאזוי אהרן האט פשוט פארדרייט א קאפ דעם רבי'ן מיט זיינע פערזענליכע קריגערייען.
ער האט זיך באטייליגט ביי די שמחות און מסיבות פון הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א און געהאט פאר אים אן אויסערגעווענליכע התבטלות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 09:53 לינק ישיר 

איך זע דו ארבעטסט שווער, און די זאכן נעמען דיר גאנץ לאנג.

אלזא, אויב עס פעלט דיר אויס זאג מיר, איך וועל פרובירן דיר צו העלפן.

איך פערזענליך געדענק נאך, ווען די שטויבער'ס (קרי: ר' ישעי' יעקב ובניו) האבן איבערגעדרייט די שטאט, אז ר' יחזקאל וויל נישט קומען צו דעם באווארפן פון זיין אייניקל (דאס איז געווען נאך וואס ר' ישעי' יעקב האט שוין א שיינע פאר יאר נישט חתונה געמאכט).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2005 08:56 לינק ישיר 

בעל דמיון!

איך דארף נישט דיינע מעשיות, ווייל איך האב פערזענליך געהאט די זכי' צו זיין גאר נאנט מיט רבי יחזקאל . נאך פון יארן צוריק (ווען די בני יואל פרשה האט געברענט) ווען איך האב אים עטליכע מאל באגלייט צום כולל פון די זקנים אין דער איסט סייד.

איך געדענק זייער גוט וויאזוי ער האט זיך אויסגעדריקט קעגן אהרן'ען ווען מען האט וואנדאלאזירט די מצבה פון זיין אייניקל אין קרית יואל'ער בית החיים.

ער איז אין די לעצטע יארן געווען א ריכטיגער איד מיט א "טעם זקנים". לא נס ליחו מיט זיין געשמאק, קלארקייט און זכרון. און די אלע סטעיטמענטס וואס כ'האב פון אים געהערט קעגן אהרן, איז געזאגט געווארן בדעה צלולה, קלאר און מיט מח, נישט פארטאגס אין פארמאכטע טירן.

דו זאלסט נאר הערן דעם טעיפ וויפיל חיזוק ער האט געגעבן פאר זיין זון ר' שלמה הערש שטויבער און זיין אייניקל ר' יואל רוטנער, ווען זיי האבן אפאר יאר צוריק ליצנות געמאכט דאס ערשטע מאל ברבים פון דעם ר' דקיט"ל בקר"י, ווי ער האט זיי מחזק געווען און געזאגט ווי דער רבי זצוק"ל האט געהאלטן פאר א יסוד אז שושן פורים זאל מען אפלאכן פון די אלע פאלשע מנהיגים, וועלכע טרעטן אויף די תורה בריש גלי און יעדער ציטערט פאר זיי. וואס אין אונזער פאל איז עס איינער וואס רופט זיך א רב, אבער ער האט אויסגעריסן די דינים פון לא תחמוד, כיבוד אב ואם, ועל כולם איז ער א מרים יד בתורת משה!

אויך וועל איך נישט פארגעסן וואס ער האט מיר פריוואט געזאגט, ווען ער האט געדאוונט שבועות ביינאכט פאר'ן עמוד אין גרויסן סאטמארער בית המדרש אויף ראדני סט. ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער ר' דקיט"ל בקר"י איז ב"ה נישט אריינגעקומען שטערן דעם יום טוב. האט מיר ר' יחזקאל געזאגט, אז יום טוב פון קבלת התורה איז שווער צו דאווענען פאר'ן עמוד אונטער איין דאך מיט א מרים יד בתורת משה! נאך א מזל - זאגט ר' יחזקאל - אז דער הולך לערכאות און דער מחלל שם שמים איז נישטא. עס האט זיך אנדערש געדאווענט!

און די אלע דוגמאות זענען נאר על קצה המזלג, וואס שפיגלט בלויז אפ די הונדערטער סטעיטמענטס וועלכע ר' יחזקאל ז"ל, אלס ברענענדיגער און פייערדיגער סאטמארער חסיד, האט גענוצט בדם לבבו קעגן דעם הולך לערכאות וואס האט געלייגט דעם שלחן ערוך אין די זייט פאר זיינע עגאיסטישע און תאות השלטון אינטערעסן.

תוקן על ידי - allnewspic - 20/05/2005 9:36:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 08:11 לינק ישיר 

ווידער א געטרייער היסטאריע פעלשער.

הרה"ח הישיש איז פונקט אזא חסיד פון ר' זלמן לייב, ווי רבינו שליט"א...

און אין זיינע לעצטע יארן עלי אדמות, האבן זיינע קינדער אים געטריי משמש ומצער געווען, און איינע פון די "געטרייע" זאכן איז געווען אז זיי האבן אים געטראגן אויף שארמאש דאווענען.

אינדערצייט וואס מיט געציילטע יארן פריער, האט ער נישט געוואלט קומען צום שבת באווארפן פון זיין אייניקל, ווייל דער "געטרייער" זון ר' ישעי' יעקב שטויבער האט געמאכט דעם באווארפן אין שארמאש !
(און די שונאים זענען דאן ארומגעלאפן מאכן א ויצעקו, היתכן א זיידע זאל נישט וועלן קומען צו א אייניקל'ס חתונה ! יהי' מה שיהי', אבער צו שמחות דארף מען גיין !...).

אין די יארן וואס מען האט שוין געקענט טון מיט אים וואס מען האט געוואלט, דאן האט מען אים געטראגן צו די מסיבות פון "רבי'ן זאל זיין געזונט", ווען ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס עס ליגט "אונטער" די היי...

און ר' ישעי' יעקב (און זיינע שליחים) שעמט זיך נישט צו זאגן אז דאס איז אלעמאל געווען זיין טאטנ'ס רצון.

און אלעס פארשטייט זיך מיט די אלטע פעלשעריי, אז עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן פיינט געהאט נאר דעם רב שליט"א.

אבער רבינו שליט"א האט שוין געזאגט עטליכע מאל ברבים, אז די אלע וועלכע טשעפען דעם רב מיינען באמת אים, און אז די אלע זענען רשעים.

און זינט דאן האט זיך גארנישט געטוישט אין דעם הינזיכט.

תוקן על ידי - allnewspic - 20/05/2005 19:04:46



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2005 06:34 לינק ישיר 

געזעגענען
וואו קומט צו דיר די ליובאוויטשע שפראך
"איז א געטרייער סאלדאט אינעם לגיון של מלך"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2005 05:22 לינק ישיר 

ביי וועמען איז רבי אברהם וואלף א איידעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/5/2005 05:08 לינק ישיר 

געזעגענען! שפתים ישק!

אלס איינער וואס איז געווען ביי די לויה אין קרית יואל, קען איך נאר מוסיף זיין וואס ר' עזריאל גליק שליט"א האט אין זיין הספד דערמאנט מיט בכיות דאס דביקות פון רבי יחזקאל ז"ל צום רבי'ן זי"ע און וואספארא שטארקע קורת רוח דער רבי זי"ע האט געהאט ווען ר' יחזקאל האט געדאוונט פאר'ן עמוד.

ער האט דערציילט אינטרעסאנטע מעשיות וויאזוי ר' יחזקאל איז אנגעקומען אלס בחור צום רבי'ן זי"ע אין קראלי. אויך ר' מרדכי שטויבער האט נאכגעזאגט מורא'דיגע פאקטן פון זיין טאטנס דביקות אין חסידישקייט, אינעם אלט-פארצייטישן גייסט מיט א סאטמארער ברען און קאך, וואס מען זעט שוין נישט היינט.

נאך א זאך איז אינטרעסאנט צו צולייגן. אז מען האט געמאכט אויפ'ן בית החיים הקפות, ווי עס איז דער מנהג ביי צדיקים און געהויבענע חשוב'ע חסידים ואנשי מעשה.

המה הלכו למנוחות ואותנו עזבו לאנחות, הוי מי יתן לנו תמורתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 03:02 לינק ישיר 

הרבני החסיד המפורסם ר' יחזקאל שטויבער ז"ל שו"ב איז געווען א פלאמפייערדיגער חסידישער איד און א געווייקטער חסיד פון כ"ק מרן רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זצוקללה"ה.

ער האט אלע זיינע קינדער מדריך געווען אויפ'ן סאטמארער שטייגער, און יעדער איינציגער זון, אויף זיין אייגנטיגן שטייגער, איז א געטרייער סאלדאט אינעם לגיון של מלך און וועט טאן כל מה שביכלתו צו הייבן דעם כבוד פון סאטמארער רבי'ן זצוק"ל.

דער רבי זצוק"ל אליין האט זיך משתעשע געווען מיט זיינע קינדער.

הגאון הצדיק רבי ישעי' יעקב שליט"א האט ער געשטעלט אלס מנהל רוחני פון די סאטמארער תלמוד תורה אין קרית יואל. און ער איז געווען א לייב פאר'ן רבי'ן אין מחנך זיין אידישע אינגלעך על דרך ישראל סבא בדרך רביה"ק זצ"ל.

הרב ר' חיים משה שליט"א האט זוכה געווען צו שמועסן צענדליגער פרטית'דיגע ענינים מיטן רבי'ן זצ"ל, אריינגערעכנט עניני השקפה ואמונה. ער האט געטריי געשריבן און פארשפרייט צענדליגער יארן דעם רבי'נס שיטה אין שריפט און אין ווארט, יותר מכפי יכלתו.

הרב ר' מרדכי שטויבער שליט"א איז א שליח נאמן פון רביה"ק זצ"ל אין אנטווערפען, וואוהין דער רבי זצ"ל האט אים געשיקט אין די מוסדות און ממנה געווען אלס מנהל פון בית רחל. ער גייט אן מיט מסירת נפש מחנך צו זיין ערליכע אידישע טעכטער אויפ'ן דרך ווי דער רבי זצ"ל האט געוואלט.

אזוי אויך די אנדערע קינדער הרב ר' שלמה הערש שליט"א פון לאנדאן, הרב ר' שמואל מאיר שליט"א פון אנטווערפען און הרב ר' אברהם וואלף שליט"א פון מאנסי, זענען אלע נאמנים ומסורים לדרך ושיטת מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, און וועלן זיך צו דעם קלאמערן בכל כח ועוז.

הרבני החסיד ר' יחזקאל ז"ל איז אויך געווען א פייערדיגער חסיד פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א און ער האט אויך אין זיינע קינדער אריינגעברענגט א געטריישאפט און א דביקות אין רבי'ן שליט"א, און אלע טאקע זענען סרים למשמעת כ"ק מרן רבינו שליט"א בכל ענין וענין. והמפורסמים אינם צריכין ראיה, די זין פון רבי יחזקאל ז"ל זענען לייבן פאר'ן רבי'ן שליט"א און פון די פייערדיגסטע חסידים במשך אלע יארן יעדער לפום דרגא דיליה.

עס איז צו באמערקן אז אין די יארן פון די בני יואל תקופה, האט ר' יחזקאל ז"ל מתחילה וויי געטאן אז זיין זון הגה"צ ר' ישעי' יעקב שליט"א איז נישט קיין חסיד פון דעם ר' דקיט"ל בקר"י, מיינענדיג אז ער האט אויך קעגן רבינו שליט"א. אבער ווען ר' ישעי' יעקב האט אים מסביר געווען אז ער האט חלילה גארנישט קעגן רבי'ן שליט"א נאר קעגן דעם בנ'אק פון קרית יואל וואס איז מהפך דברי אלקים חיים און ווער עס האלט נישט ווי אים מאכט ער פאר א "שייגעץ", ואדרבה, ער האט שוין צענדליגער חסידים פון רבי'ן שליט"א געמאכט אויס, אריינדרייענדיג זיין טאטן אין אלע זיינע שטיק. ר' יחזקאל ז"ל האט פארשטאנען זיין זון און כאטש וואס אלס חסיד פון רבי'ן שליט"א איז ר' יחזקאל יא געבליבן אין דער עפנטליכקייט מיט א הערצה צום ר' דקי"טל בקר"י, אבער במסתרים תבכה נפשו, אין זיך האט ער זיך געגעסן און זיך מתמרמר געווען פאר אלע קינדער קעגן דעם ר' דקי"טל בקר"י.

אין די לעצטע יארן, זינט דער רבי שליט"א האט ממנה געווען בנו הגאון הצדיק אבדק"ק שליט"א אלס רב פון סאטמאר, און דער ר' דקיט"ל בקר"י האט אנגעהויבן זיין אפענע אלוועלטליכע מרידה באביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דא האט שוין רבי יחזקאל ז"ל אלס גרויסער סאטמארער חסיד, פארשטענדליך זיך אפיציעל צוגעשטעלט צום צד פון הייליגן סאטמארער רבי'ן שליט"א ובנו הגאון הצדיק דער סאטמארער רב שליט"א. ער האט מחזק געווען דעם רבי'ן שליט"א אין זיין הייליגע מערכה און געגעבן גרויס חיזוק ביי יעדע געלעגנהייט פאר'ן רב שליט"א.

זינט די לעצטע פאר יאר האט ר' יחזקאל שליט"א אלס פראטעסט קעגן דעם ר' דקיט"ל בקר"י, נישט געוואלט מער אריינגעטרעטן אינעם ווייסן שול פון קרית יואל ווען ער האט זיך געפינען אין שטעטל אפילו עס איז אים געווען גרינגער און באקוועמער האט ער נישט געוואלט זיך טרעפן מיט דעם פערשוין וואס איז זיך אזוי מתחצף קעגן א טאטן. אן א שיעור מאל האט ער גערעדט צו די בני המשפחה מיט צער און ווייטאג קעגן די מעשי תעתועים פון דעם "סמארק" און "מחוצף" ווי ער פלעגט רופן דעם ר' פון קרית יואל, איינער וואס פירט אזא געפערליכע בגידה קעגן אן אייגענעם טאטן ורבו שלמדו תורה.

אלס געטרייער חסיד פון רבי'ן שליט"א האט להבחל"ח ר' יחזקאל ז"ל אויך מצוה געווען די לעצטע יארן פאר די בני המשפחה, אז מען זאל נישט צולאזן ביי זיין לוי' דעם ר' דקיט"ל בקר"י סיי ער זאל חלילה נישט זאגן אויף אים קיין דברי הספד און סיי ער זאל נישט אים מלוה זיין.

די לויה איז געווען דעם דאנערשטאג צופרי אין וויליאמסבורג, וואו עס האבן מספיד געווען דער רב שליט"א און דער ראב"ד שליט"א און עטליכע רבנים און עטליכע קינדער. דערנאך האט מען געטראגן די מטה קיין קרית יואל וואו על פי צוואתו ולמלא רצונו החשובה פונעם נפטר האט מען נישט געטראגן די לוי' צום ווייסן שול אויף גארפיעלד, טראכטנדיג אז דער ר' דקיט"ל בקר"י וועט זיך נאך אנריקן אפילו אומגערופן.

די לוי' איז געווען ביים שארמאשער בית המדרש וואו עס האבן גערעדט הגאון הצדיק אבדק"ק שארמאש שליט"א און הרבני החסיד רבי עזריאל גליק שליט"א משב"ק ויו"ר חברה קדישא, און צוויי קינדער פון אויסלאנד הרה"ח ר' מרדכי שליט"א און הרה"ח ר' שלמה צבי שליט"א, וועלכע זענען דעמאלט הערשט אנגעקומען פון פליגער.

רבי יחזקאל וועט לאנג געדענקט ווערן אין סאטמאר אלס א פייערדיגער חסידישער איד, וואס האט נאך זוכה געווען צו דערלעבן עטליכע מנינים פון פארהייראטע אור-אייניקלעך, און על פי רוב זענען אלע זיינע אייניקלעך געטרייע סאטמארער חסידים וואס שטרעבן נאכצוגיין די ערליכע וועגן פון זייער געהויבענעם זיידן החסיד המפורסם רבי יחזקאל ז"ל שו"ב.

יהא זכרו ברוך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 00:30 לינק ישיר 

איך האב סך הכך נאכגעזאגט וואס די אהרונים שרייבן אז דער רבי איז בידידות מיט אהרן'נען ווייל ער שמייכלט צו עם און פיקטשער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 00:24 לינק ישיר 

מצורף קובץ

90.
ביסט אביסל ציפארן. נישקשה.

דאס האסטוע שריבן פריער:
עס קען נישט זיין אז ר' יחזקאל האט זיך געגעסן אויף ר' ישעי' יעקב.

עס איז דא הערליכע בילדער פון ר' יחזקאל רעדט צו עם מיט א א שטארקן שמייכל מיט א ידידות עצומה.



יעצט שרייבסטו אז די מיינסט צו זאגן פינקט פארקערט.

וואס קומט נעקסט?
אפשר האקן דעם קאפ אין וואנט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/5/2005 00:19 לינק ישיר 

טיפש איך וויל דיר ברענגען א ראי' אז בילדער מיינט גארנישט.

די טיפש'ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שטויבער זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext