| נשלח ב-20/5/2005 08:11 |
|
| |
ווידער א געטרייער היסטאריע פעלשער.
הרה"ח הישיש איז פונקט אזא חסיד פון ר' זלמן לייב, ווי רבינו שליט"א...
און אין זיינע לעצטע יארן עלי אדמות, האבן זיינע קינדער אים געטריי משמש ומצער געווען, און איינע פון די "געטרייע" זאכן איז געווען אז זיי האבן אים געטראגן אויף שארמאש דאווענען.
אינדערצייט וואס מיט געציילטע יארן פריער, האט ער נישט געוואלט קומען צום שבת באווארפן פון זיין אייניקל, ווייל דער "געטרייער" זון ר' ישעי' יעקב שטויבער האט געמאכט דעם באווארפן אין שארמאש !
(און די שונאים זענען דאן ארומגעלאפן מאכן א ויצעקו, היתכן א זיידע זאל נישט וועלן קומען צו א אייניקל'ס חתונה ! יהי' מה שיהי', אבער צו שמחות דארף מען גיין !...).
אין די יארן וואס מען האט שוין געקענט טון מיט אים וואס מען האט געוואלט, דאן האט מען אים געטראגן צו די מסיבות פון "רבי'ן זאל זיין געזונט", ווען ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס עס ליגט "אונטער" די היי...
און ר' ישעי' יעקב (און זיינע שליחים) שעמט זיך נישט צו זאגן אז דאס איז אלעמאל געווען זיין טאטנ'ס רצון.
און אלעס פארשטייט זיך מיט די אלטע פעלשעריי, אז עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן פיינט געהאט נאר דעם רב שליט"א.
אבער רבינו שליט"א האט שוין געזאגט עטליכע מאל ברבים, אז די אלע וועלכע טשעפען דעם רב מיינען באמת אים, און אז די אלע זענען רשעים.
און זינט דאן האט זיך גארנישט געטוישט אין דעם הינזיכט.
תוקן על ידי - allnewspic - 20/05/2005 19:04:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 08:56 |
|
| |
בעל דמיון!
איך דארף נישט דיינע מעשיות, ווייל איך האב פערזענליך געהאט די זכי' צו זיין גאר נאנט מיט רבי יחזקאל . נאך פון יארן צוריק (ווען די בני יואל פרשה האט געברענט) ווען איך האב אים עטליכע מאל באגלייט צום כולל פון די זקנים אין דער איסט סייד.
איך געדענק זייער גוט וויאזוי ער האט זיך אויסגעדריקט קעגן אהרן'ען ווען מען האט וואנדאלאזירט די מצבה פון זיין אייניקל אין קרית יואל'ער בית החיים.
ער איז אין די לעצטע יארן געווען א ריכטיגער איד מיט א "טעם זקנים". לא נס ליחו מיט זיין געשמאק, קלארקייט און זכרון. און די אלע סטעיטמענטס וואס כ'האב פון אים געהערט קעגן אהרן, איז געזאגט געווארן בדעה צלולה, קלאר און מיט מח, נישט פארטאגס אין פארמאכטע טירן.
דו זאלסט נאר הערן דעם טעיפ וויפיל חיזוק ער האט געגעבן פאר זיין זון ר' שלמה הערש שטויבער און זיין אייניקל ר' יואל רוטנער, ווען זיי האבן אפאר יאר צוריק ליצנות געמאכט דאס ערשטע מאל ברבים פון דעם ר' דקיט"ל בקר"י, ווי ער האט זיי מחזק געווען און געזאגט ווי דער רבי זצוק"ל האט געהאלטן פאר א יסוד אז שושן פורים זאל מען אפלאכן פון די אלע פאלשע מנהיגים, וועלכע טרעטן אויף די תורה בריש גלי און יעדער ציטערט פאר זיי. וואס אין אונזער פאל איז עס איינער וואס רופט זיך א רב, אבער ער האט אויסגעריסן די דינים פון לא תחמוד, כיבוד אב ואם, ועל כולם איז ער א מרים יד בתורת משה!
אויך וועל איך נישט פארגעסן וואס ער האט מיר פריוואט געזאגט, ווען ער האט געדאוונט שבועות ביינאכט פאר'ן עמוד אין גרויסן סאטמארער בית המדרש אויף ראדני סט. ס'איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער ר' דקיט"ל בקר"י איז ב"ה נישט אריינגעקומען שטערן דעם יום טוב. האט מיר ר' יחזקאל געזאגט, אז יום טוב פון קבלת התורה איז שווער צו דאווענען פאר'ן עמוד אונטער איין דאך מיט א מרים יד בתורת משה! נאך א מזל - זאגט ר' יחזקאל - אז דער הולך לערכאות און דער מחלל שם שמים איז נישטא. עס האט זיך אנדערש געדאווענט!
און די אלע דוגמאות זענען נאר על קצה המזלג, וואס שפיגלט בלויז אפ די הונדערטער סטעיטמענטס וועלכע ר' יחזקאל ז"ל, אלס ברענענדיגער און פייערדיגער סאטמארער חסיד, האט גענוצט בדם לבבו קעגן דעם הולך לערכאות וואס האט געלייגט דעם שלחן ערוך אין די זייט פאר זיינע עגאיסטישע און תאות השלטון אינטערעסן.
תוקן על ידי - allnewspic - 20/05/2005 9:36:52
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 09:53 |
|
| |
איך זע דו ארבעטסט שווער, און די זאכן נעמען דיר גאנץ לאנג.
אלזא, אויב עס פעלט דיר אויס זאג מיר, איך וועל פרובירן דיר צו העלפן.
איך פערזענליך געדענק נאך, ווען די שטויבער'ס (קרי: ר' ישעי' יעקב ובניו) האבן איבערגעדרייט די שטאט, אז ר' יחזקאל וויל נישט קומען צו דעם באווארפן פון זיין אייניקל (דאס איז געווען נאך וואס ר' ישעי' יעקב האט שוין א שיינע פאר יאר נישט חתונה געמאכט).
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 20:47 |
|
| |
נעבעך אויף אזעלכע לוזערס...
הגה"צ רבי ישעי' יעקב שליט"א האט קיינמאל נישט איבערגעקערט קיין וועלטן און באשמוצט א טאטן אין די גאסן.
הרה"ח ר' יחזקאל ז"ל פלעגט "אלע יארן" רעדן מיט אזא התרגשות פון זיין געהויבענעם זון. ער וואלט אים נישט פארטוישט...
נאכדעם וואס רבינו שליט"א האט ממנה געווען בנו יקירו הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב האט ער זיך אויסגעדריקט אז יעצט זעט ער וויאזוי אהרן האט פשוט פארדרייט א קאפ דעם רבי'ן מיט זיינע פערזענליכע קריגערייען.
ער האט זיך באטייליגט ביי די שמחות און מסיבות פון הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א און געהאט פאר אים אן אויסערגעווענליכע התבטלות.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2005 23:48 |
|
| |
לאז מיר דיר מסביר זיין א נקודה.
אלס אהרוני, גייט מיר זייער קנאפ אן וואו די נפטרים געהערן.
איך וואלט ענק גערן געגעבן אלע נפטרים (דעם רבי'ן זי"ע האט איר דאך שוין אליין גענומען...), און עטץ זאלט'ס אונז געבן אלע לעבעדיגע.
איך דארף ברית'ן און קידושים, נישט קיין לוויות.
און ר' ישעי' יעקב ובניו גייען במילא זיין זאלי'ס, נישט קיין נפ"מ וואס אונז וועלן מיר דא אפמאכן, חיים משה איז קיינמאל קיין זאלי נישט געווען (און אויך נישט קיין אהרוני), מרדכי וועט קיין זאלי שוין נישט זיין, און אברהם וואלף, שמואל מאיר, און שלמה הערש וועלן ווייטער בלייבן פארביסענע שונאים אזויווי אלעמאל.
ר' בעריש קאהן וועט ווייטער זיין אי"ה א פייערדיגער אהרוני.
די איינציגע זאך וואס מיר שטערט, איז דאס פעלשן היסטאריע.
און איך זאג דאס איבער, ר' יחזקאל איז געווען א זאלי, פונקט ווי רבינו שליט"א...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2005 17:04 |
|
| |
מי זה הנפטר שמתווכחים עליו
הוא היה ת"ח או סתם ביהמ"ד יוד ? ?
מי מעוניין בכלל איזה חסיד הוא היה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2005 20:44 |
|
| |
ארי-וועקי
יעצט האסטו גוט געזאגט...
אמאל זאגסטו דעם אמת אויך!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/5/2005 15:41 |
|
| |
דער רבי ז"ל האט עם גערופען "צפת'ער שוחט"
|
|
|
|
|