ער איז געבליבען קרח מכאן ומכאן ווייל זיין מזמין איז געגאנגען אין בית משפט, און נישט און א בית דין ווי א ערליכע איד ברויך גיין.
נשלח ב-15/11/2005 22:40
עפשטיין
וויזט אויס דו ביסט געווען זיין יועץ דערפאר האט ער געבליבן קרחת ומכאן וקרחת מכאן
עצה טובה לאז דעם גוראי' אפ און גיי ווייטער געפין אן אנדערן מחלוקת
נשלח ב-15/11/2005 22:36
איך וויל דא מאכן א ברית...
פון היינט און ווייטער וועלן מיר אנרופן דעם קינד ביים נאמען: "נח".
אפשר נישט?
איז ער נישט געווען בן למך?
נשלח ב-15/11/2005 20:37
דאס ווייזט גראדע אז ער איז געווען א חכם.
א נארמאלער מענטש וויל היינט א ראביסטעווע? ס'פעלט אויס אז באטשי זאל זיך נעמען צו זיינע ביינער?
כבוד איז עס? פון די פאר כתבי יד וואלט ער כאטש געקענט האבען אפאר דאלער ווען ער געווינט דעם קעיס.
נשלח ב-15/11/2005 20:34
BAACHI
באמת איז שולדיג די פותח האשכול....
נשלח ב-15/11/2005 20:32
עפשטיין
כתבת
"עס איז דא א חרם הקדמונים שלא להוציא לעז על המתים"
שכחת
ס'דא אלאו אין די תורה שלא להוציא לעז על החיים
כתבת
"אבער איך קען מענטשען וואס האבען אים געקענט, און ער איז געווען א שומר תורה ומצות במלוא מובן המילה. "
איך ווייס אבער נישט צו די מענטשן וואס דו קענסט וואס האבן איהם געקענט זענען געוועהן ....
איין זאך ווייס איך זיכער אז ער איז געוועהן א גרויסער פערד. (במחכ"ת מין הסוסים...) ער האט געקענט האבן די גאנצע ליובאוויטשער ראביסטווע אויף א זילבערנע טאץ, און האט דאס אגעפוטשעוועט פאר אפאהר אלטע כתבי ידות.
ביי מיר איז ער אסערטיפייד שוטה פון שו"ע. ופטור מכל המצוות שבתורה
עניוועי, וואסהערציך מיט קאנטיקאזיווע? הא? געווען אין אמעריקע פאר א קיימא לן פון א מאה שנים. ווייסט עמעץ מה עלתה בהם? אפשר פרעגן ר' יונה לאנדא איה מקום כבודו ספון? דער נאמען אוועילעבל?
נשלח ב-15/11/2005 20:23
עפשטיין
די וואס האבען אים געקענט ווייסען נאר סוף ימיו, זיין זיידע האט פון אים קיין נחת נישט געהאט
עס קען זיין אז די האסט אזוי געהערט, אבער איך קען מענטשען וואס האבען אים געקענט, און ער איז געווען א שומר תורה ומצות במלוא מובן המילה.
איז ער נישט געווען קיין חסיד פון זיין פעטער "דער רבי שליט"א" און שוין מותר אלע שקרים?
יעצט צוריק צו דעם לייכטער אשכול.
נשלח ב-15/11/2005 19:09
איך באמערק נאך א מחלוקה וואס האט נארוואס אויסגעבראכן.
צווישן דעם בן מלך און דעם נשיא הדור.
נשלח ב-15/11/2005 19:07
בןמלך
שקויעך פאר פארקריכן פון ענין, סהאט שוין געשריבן איינער פון די חכמי הפארום, אז דער סימן ביי אונז אין קרעמעל ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערן איז: טוישן דעם נושא, בערך אזוי ווי בלייבן מיט די צונג אינדרויסן.
אויב דו ווילסט דוקא טשעפען צבי און דו קענסט דיך בשום אויפן נישט איינהאלטן, נאדיר איינס:
ליאזני
נשלח ב-15/11/2005 19:03
בן מלך:
עם הארץ איינער
1) ס'איז געווען זיין פלומעניק
2) איך האב דיר איינגעלאדענט?
3) ס'איז געווען ווייט פון די ערשטער מחלוקת
4) מ'האט זיך נישט געשלאגען וועגן רביסטיווע
פליז ענטפער מיר נישט און מאך דאס נישט קיין שמועס פון די אמאליגע פאליטיק
נשלח ב-15/11/2005 18:01
איך האב נישט געוואלט דא אריינרעדן אין דעם אשכול, א אשכול וואס פראוואצירט אויפצוברענגען אלע מיני מחלוקת. אבער איך האב באקומען א כאילו-ספעציעלע איינלאדונג פון אונזער קאמעראד "צבי".
צבי, דו האלטסט אין איבערקייען די זעלבע חכמה זיבעצן מאל, איזש לאמיך דיר אויך געבן צו פארדינען.
ריכטיג אין חב"ד קריגט מען זיך נישט ווייל דער רבי לעבט.
אבער אויף דעם גופא איז דא גאר אן ערנסטע מחלוקת, צי דער רבי לעבט יא צי דער רבי לעבט טאקע נישט. פיל קלעפ און איבערקערענישן איז שוין אויף דעם געגאנגען, יעדע הסבר אויף דעם איז איבעריג.
אבער וואס איז מאדנע ביז גאר, אז קיינער געדענקט שוין נישט דעם וועלט בארימטע מחלוקת וואס דער רבי נשיא דורנו האט געהאט מיט זיין שוואגער הרב גורארי, וועגן ירושה און געלט סכסוכים.
בדרך אגב איז דאס געווען די ערשטע רבי'שע מחלוקת וואס איז געגאנגען בריש גלי אין ערכאות אן פראבלעמען. און ווען חב"ד האט געווינען האט מען פארפאסט דעם וואויל באקאנטן ניגון: דידן נצח!