בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

משיח איז נאכנישטא, ואני אנא אני בא ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/5/2005 17:43 לינק ישיר 
משיח איז נאכנישטא, ואני אנא אני בא ???

איך האב עס שוין אריינגעשטעלט אין "בחדרי חרדים משפחה אידיש", http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=13127
דער עולם דארט האט שטארק שטארק הנאה געהאט (לויט ווי איך זע וואס מען האט צוגעשריבען). דערפאר וועל איך עס דא אויך אריינשטעלן!!

איך וויל מיך דא אביסעל אויסרעדען מיין פארווייטאגט הארץ. איך ווייס אז איך בין נישט די איינציגסטע וואס עס מיטשעט און גריבעלט אים דע פראבלעם אבער עס איז מיר וויכטיג עס אדורעכצושמועסען.
איך דארף קיינעם נישט דערציילען ווי אזוי די גאס זעט היינט אויס. די נידעריגע שמיציגע גאסען וואס פאטשען אין פנים אפילו מען וויל נישט. מען זעט זיך אן מיט אלעם וואס אמאל איז עס אפילו אין חלום נישט אריינגעקימען. ווי מען גייט און מען שטייט בעט מען זיך צו דיר אז זאלסט קומען זינדיגען, די תאוהלעך שטעלען זיך פאר די נאז און פארלאנגען, ביטע קום זינדיגען אביסעלע. די טומאה שפייט ארויס פון אלע זייטען. ווער רעט נאך פון די גויאישע גאס, דארט איז פחדים נוראים, עס פעלט נישט אויס מער ווי מזאל דורעכגיין איינמאל אין מאנהעטען און ארויסקומען א קאליקער אויף אלע זייטען. מיט אן אפגעשליסענע אפגעריסענע נשמה וואס וועט זיך שווער קענען צינייען. משכב זכרניקעס דרייען זיך ארום פראנק און פריי און אנשטאט וואס נארמאל וואלט זייער פלאץ געווען אפצושימעלען אין יושב בסתר גייען זיי אן מיט זייערע געמיינהייטען בריש גלי און האבען אפילו פאליטיקאנטען וואס נעמען זיך אן פאר זייערע "רעכטען".. דער הבל ווערט פון מאנהעטען פארשפרייט אין אלע געגענטער ביז ברוקלין אין די היימישע שווקים ורחובות.
ווי האלט די פריצות פון אונזערע היימישע גאסען ? איך האב אמאל געהערט פון א גדול הדור וואס האט עס געזאגט ברבים, אז "די היינטיגע רעבעצינס גייען אנגעטין ערגער ווי די אמאליגע זונות" וויפיל אמת ליגט אין דעם ?

איז מיין שאלה וואס איז די חשבון ? וואס גייט זיין מיט אונז ? וויפיל דארף נאך אונזער דור טראסקענען אז מען זאל אונז ארויסנעמען פון דא ? אז אונז זעמיר דא צו קלייבען ניצוצות, זעט נישט אויס אז מער ניצוצות זאלען געקליבען ווערען ווי עס זאל אוועקפאלען.
באשעפער טייערע מיר ווילען דיר דינען, פארוואס זאל עס אונז אנקומען אזוי שווער, און כמעט אומעגלעך ? ווי ווייט נאך דארף זיך דער מצב דערקייקלען אז זאלסט דיך דערבארעמען אויף אונז ? טרערען רינען אויף מיינע באקען טראכטענדיג פון חברים וואס זענען אנגעקומען פיל וווייטער פון שאול תחתית. זיי וואלטען קיינמאל נישט געקענט דערגרייכען אהין אין די אמאליגע דורות ווען די מעגליכקייטען צו דעם זענען געווען כמעט נול (באמת אין די ספרים איז משמע אז עס איז געווען גענוג זאכען וואס האט זיך דעמאלטס אפגעטין אבער היינט איז עס פיל ערגער) טאטע זיסער איך פרעג דיר די אוראלטע פראגע, עד מתי ???? ווי לאנג נאך ????????????????




תוקן על ידי - יאמאמיי - 22/05/2005 18:09:29



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2005 08:02 לינק ישיר 

ר' יאמאמיי,
זיי דיך מחזק, און דער אויבערשטער וועט העלפען.

איך וויל נאר מעיר זיין אויף א זאך וואס די שרייבסט בתוך הדברים.
מען זעהן אין די ספרים וואס האט זיך אמאהל אנגעטוהען, אבער היינט איז ערגער.


וואס מיינטס די מיט דעם?
וואס האט זיך אמאהל אנגעטוהען וואס איז היינט ערגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2005 20:37 לינק ישיר 

יא יא עקבתא דמשיחא איז נישט אנדערש נאר ועגן עירוב אינטרנט, סעלל פאן׳ס און פריצות.
חוץ פון דעם איז אלעס אזוי שייו כשר וישר ביי אונזערע חסידישע הויפ׳ן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/5/2005 17:57 לינק ישיר 

אין א ניגון אויף אידיש איז דא אזא שטיקל:

"מ'זאגט נאך א נוסחא
פון רבי'ן ר' בונם פשיסחא
ווי ער האט געטענה'ט מיטן נורא עלילה.
זיי בעסער צופרידן
אין לייז אונז אויס אלץ יודען
ווי איידער אלץ גויים חלילה".


תוקן על ידי - שעפסל - 22/05/2005 17:59:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > משיח איז נאכנישטא, ואני אנא אני בא ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext