| נשלח ב-23/5/2005 21:35 |
|
| |
מזרח וואנט אין ביהמ"ד
זייער אינטרעסאנט ווי אזוי ס'איז אויסגעשטעלט די מזרח ווענט אין די אמעריקאנער בתי מדרשים.
למשל:
53 סאטמאר בארא פארק דאווענט מען פעיסינג 14טע עוועניו.
ביסטריץ איז פעיסינג 52טע סטריט.
נדבורנא 53 איז פעיסינג 53טערט סטריט.
פאפא 53 איז פעיסינג 12טע עוועניו.
ווייסט איינער וואס איז פשט פון דעם אז נישט אלע בתי מדרשים דאווענען אויפן זעלבען ריכטונג?
(איך האב געשריבן נאר די געגענט ווייל דאס קען איך גוט, באט מנהסתם איז דא נאך אזוינע פלעצער ווי מ'דאווענט זיג-זאַג)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2005 22:34 |
|
| |
די הלכה איז צו דאווענען כנגד ירושלים וואס דאס איז מזרח זייט וואס דאס איז EAST אין אזוי ווי די בלאקס זענען נישט אויסגעשטעלט גראד אויף EAST איז דא בייאסאך בתי מדרשים וואס עס קוקט אויס ווי מען דאווענט אויף דרום
אין אסאך פלעצער איז עס ]פשוט א טעות ווי למשל די ווייסער שול אין קרית יואל בטעות געבויט נישט פינקטליך אויף מזרח איו מען האטו זיך געכאפט ערשט נאך לייגען דעם פודאמענט
תוקן על ידי - ekstein - 23/05/2005 23:00:53
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2005 22:50 |
|
| |
למשל:
53 סאטמאר בארא פארק דאווענט מען פעיסינג 14טע עוועניו.
פאפא 53 איז פעיסינג 12טע עוועניו.
סאטמאר איז צווישען 13 און 14 עוועניו
אין פאפא איז צווישען 11טע און 12טע עוועניו
ממילא דאווענען זיי אויף די זעלבע זייט
ביסטריץ איז פעיסינג 52טע סטריט.
נדבורנא 53 איז פעיסינג 53טערט סטריט.
היינו הך נדבורנא דאוונט אויך צו 52טע סטריט.
נאר 53 איז מפסיק צווישטן נדבורנא אין ביסטריץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2005 23:52 |
|
| |
עקשטיין,
ביי אונז אידען איז קיינמאל נישט געוועהן א קפידא צו דאווינען פונקטליך צו ירושלים,
עס איז פשוט א ענין מעורר צו זיין כוונת הלב, צו געדענקען די עבודה פון בית המקדש.
א ראיה צו דעם, חז"ל זאגען הרוצה להחכים ידרים הרוצה להעשיר וכו'
להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי די אראבער,
פאר מער אינפא:
http://muslim-canada.org/qibla.html
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 02:11 |
|
| |
JID
א פשוט'ע גמ' א פשוט'ע שלחן ערון איז א 'קפידה'??
נוסח סקווער?
דיין 'הרוצה להחכים ..' תורה, איז א שיינע פורים תורה
תפלה איז דען 'להחכים'??
ניין א סאך ראשונים נוצען דעם לשון 'חייב' להחזיר פניו
וכפי המשנה ברורה א יעדע מדינה דארף מען אנדערש דאווענען וכן אני זוכר כותב התניא שברוסיא צריכים להתפלל לצד דרום
נאך א נקודה, דער מחבר האלט אז אויב מ'ווייסט קלאר מיז מען זיך נוטה זיין פונקטליך, דהיינו, דאס אז אין חו"ל דארף מען נאר 'מזרח' איז ווייל מ'ווייסט נישט פונקטליך וויא ירושלים איז, אבער דניאל האט יא געוואוסט האט ער טאקע געדאוונט קיין ירושלים (עיין בב"י על הטור)
אין נאך א נקודה, אין א שוהל ווי דער ארון קדוש איז נישט קעגען ירושלים דארף מען דאווענען אזוי ווי דער ארון הקודש
שולחן ערוך אורח חיים סימן צד סעיף א
בקומו להתפלל, אם היה עומד (א) בח"ל, יחזיר פניו (ב) כנגד ארץ ישראל (ג) ויכוין גם לירושלים ולמקדש ולבית קדשי הקדשים; היה עומד בא"י, יחזיר פניו (ד) כנגד ירושלים ויכוין גם למקדש ולבית קה"ק; היה עומד בירושלים, יחזיר (ה) פניו למקדש ויכוין ג"כ לבית קדשי הקדשים; * היה עומד (ו) א אחורי הכפורת, מחזיר (ז) פניו לכפורת.
משנה ברורה שם
בח"ל וכו' - פי' כשעומד בח"ל למזרחה של א"י יכוין פניו למערב שהוא כנגד א"י וכשעומד מצד מערב כמו במדינותינו יהפוך פניו למזרח וכן בכל הרוחות וכן הביאור במה שכתב לקמיה היה עומד בא"י יחזיר פניו וכו' היה עומד בירושלים יחזיר פניו וכו':
קיצור שולחן ערוך סימן יח סעיף י
צריך לעמוד בפניו לצד ארץ ישראל, שנאמר והתפללו אליך דרך ארצם. ויכוין גם כנגד ירושלים וכנגד המקדש וכנגד בית קדש קדשים. ולכן אנו במדינתנו שיושבים במערבה של ארץ ישראל, צריכין לעמוד בפנים לצד מזרח, (לא למזרח ממש אלא לצד קרן מזרחית דרומית), והיושבים בצפון של ארץ ישראל פניהם לדרום, והיושבים במזרח פניהם למערב, והיושבים בדרום פניהם לצפון, נמצא כל ישראל פונים בתפלותיהם למקום אחד, דהיינו נגד ירושלים ובית קדש קדשים, ששם שער השמים, שכל התפלות עולות דרך שם. ולכן נקרא בית המקדש תלפיות, כמו שנאמר, כמגדל דויד צוארך בנוי לתלפיות, תל שכל פיות פונים אליו. ואם מתפלל במקום שאינו יכול לכוין לצד שכנגד ארץ ישראל, יכוין לבו לאביו שבשמים, שנאמר והתפללו אל ה'. ואם עמד כנגד צפון או דרום, ונזכר באמצע שמונה עשרה שאינו עומד כראוי, לא יעקור רגליו, אלא יטה פניו למזרח, ואם אי אפשר לו, או שהוא עומד במערב יגמור תפלתו כך ויכוין לבו לבית קדש קדשים, ולא יעקור רגליו. וכן אם הוא מתפלל במקום שיש צורות במזרח, יתפלל לצד אחר אף שאינו מזרח.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 02:36 |
|
| |
דזשיד, ס'איז א פשוט'ע הלכה. זעט זיך אויס דו לערנסט נישט אפילו קיין "חק לישראל".
אין חק דעם זונטאג ליום א' בחוקותי, שטייט די הלכה פון רמב"ם אז מען דארף דאווענען קעגן ירושלים, און אויב מ'וואוינט אין ירושלים קעגן הר הבית און קעגן מקום המקדש וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 04:19 |
|
| |
טעות לעולם חוזר
דעם הלכה האב איך טאקע געלערנט יאהרען צוריק, און עס איז שוין צייט איבער צו חזר'ן............
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 05:57 |
|
| |
לויט ווי איך פארשטיי, אויב מען דארף דאווענען פונקטלעך, וואלט מען געדארפט דאווענען אביסעל מער צו דרום מזרח, און עס דאכט זיך מיר אז די קפידא אין שו"ע, איז נישט אז מען זאל שטיין מיט א קומפוס און רעכענען פונקטלעך די דעגרי וואס מען זאל דאווענען, נאר אויב איז עס צו מזרח זייט זאל מען דאווענען מזרח. והא ראי' מען איז נישט מקפיד אזוי ווייט וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 07:46 |
|
| |
YOHCEE
דאס איז אפשר ווען שוהלען זענען אויף אנדערע גאסען, אבער איך ווייס פון שוהלען איינס קעגן דעם אנדערען וואס דאווענען איינס לכיוון 18 עוו. און איינס קעגן 52טע גאס!
ווייל אזוי איז אויסגעשטעלט די ביהמ"ד, און אזוי איז גרינגער!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 08:45 |
|
| |
די סיבה פארוואס די אלטע שוהל'ן אין בארא פארק זיינען געבויט צו מערב איז ווייל אזוי ווי די עראפלאנען וואס פארען קיין א"י פארען קיין מערב ווייל עס איז נענטער אזוי האבן זיי געהאלטען אז מען דארף דאווענען צו די זייט וואס איז נענטער, אבער אין "לבוש" (אזוי געדענק איך) רעט זיך שויך פון דעם און ער זאגט אז מען דארף נישט קוקען אויף מרחק נאר אויף די ריכטונג כדי מען זאל מכוון זיין צו דעם מקום המקדש.
און אזוי ווי ר' דשיד האט שוין געשריבען אז ביי די מוסלעמענער להבדיל קניען זיי צו "מעקא" און זיי האלטען אז מען דארף קניען צו די נענטערע זייט, ד"ה צו מערב. פאר דעם אליין דארפן מיר טועהן אנדערש. זעה אויך דעם לינק.
http://gis.esri.com/library/userconf/proc03/p1086.pdf
תוקן על ידי - זאב58 - 24/05/2005 9:06:08
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 21:58 |
|
| |
the planes dont fly directly to east, they circle northward to avoid the "belly" of the earth and then come back soutward.they save many miles in distance this way. check out any transatlantic flight plan from new york.see the link i attached about the arabs its well explained there.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 23:03 |
|
| |
ידידי ר' זאב
הבהרת הענין,
מזרח = east
מערב = west
צפון = north
דרום = south
ס'גאנץ א פשוטע תוספת......
אבער נישט געפערליך, מיר אלע מאכען טעותים פון צייט צו צייט, עיין לעיל.........
בהוקרה,
דזשיד
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 23:58 |
|
| |
סליחה.
איך האב פארמישט צפון און מערב. די שוהל'ן זיינען געבויט צו צפון, ווייל צפון איז ווייניגער מרחק צו מזרח. סליחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 00:06 |
|
| |
נאך א טעם קען מען זאגען פארוואס די בתי מדרשים זיינען געבויט צו צפון, ווייל הרוצה להעשיר יצפין, אבער אויף דרום שטייט הרוצה להחכים ידרים, און אויף חכמים שטייט דאך לא לחכמים לחם,און אמעריקא איז דאך in g-d we trust אויפ'ן דאלאר, על כן האבן זיי אויסגעקליבען צפון ווי איידער דרום.
|
|
|
|
|