| נשלח ב-24/5/2005 02:22 |
|
| |
rccs אונטער דרוק פון מנהלי המוסדות
ווי באקאנט רישען זיך די אנפירער פון די רעטונג'ס ארגעניזאציע רופא חולים קענסער סאוסייעטי צו מאכען א גרויסארטיגן פארטי קומענדיגן זונטאג, צוזאמען מיט ריידס אויף היוז סטריט צווישן ליע און בעדפארד עוועניוס.
יעצט קומט די ידיעה אז אויפן פארלאנג פון די מנהלי המוסדות וועלן נישט זיין קיין שעות פאר יונגלעך, און אויך די שעות פון די מיידלעך וועלן פארקורצט ווערן!
הצלה, RCCS, ווער איז נעקסט אויף די רייע???
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 06:17 |
|
| |
זאל מען לאכען אדער אפשר וויינען?
טאמער מיינען די "כלל טוער'ס" אז מיט די נייע טאקטיקן וועט זיך די שמוץ פארקירעווען זענען זיי זיך מיעס טועה.
דאס איז נישט מער ווי קאמיוניזם. פראסט אין פשוט.
לאז נישט אריין, לאז נישט ארויס, יא פארטי, נישט פרטי, דאס איז דאך אלעס שטותים מיט הבלים. ווי לאנג מען וועט זיך נישט נעמען צום גוף הענין (וד"ל) וועט אלעס בלייבן כמנהגו רח"ל.
די פראבלעם איז אבער אז די וואס שטייען אין שמירען די רעדער פין די מערכה, די שמוץ קערער וואס זענען אליינס שמוציג פין קערן אזויפיהל, גייט גאר ווייניג אהן די רוחניות פין אינזערע יוגענט. זיי גייט מער אהן רדיפות הכבוד והשררה; זיי אינטרעסירט מער אינטערצידריקען די מענטשהייט.
תוקן על ידי - kutchma - 24/05/2005 6:23:41
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 06:25 |
|
| |
די ראטעווען אונזער געגענט!
ליידער זענען נישטא גענוג פון די גודרים, עס זענען דא מער פורצים!
ווער ווייסט וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט וויליאמסבורג אן די פאר איבערגעגעבענע עסקנים!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 06:40 |
|
| |
קוטשמע:
ווערסט שוין אויפגענומען אלס קומענדיגער יושב ראש פון ועד הצניעות אין וויליאמסבורג.
אבער קודם דארפסטו ווייזן עפעס פרוף.
לאמיר זען וואו דער ליבעראלער צוגאנג וועמענ'ס פאן דו - און רוב אנדערע היידפארק שרייבער - טראגן, האט שוין מצליח געווען עפעס אויפצוטון.
אויב דו קענסט מיר ווייזן אין איין געגנט, איין סקול - גוי'איש צו אידיש, וואו די ליבעראלע שיטה האט פארמינערט פארברעכן אדער זוהמא, וועט מען דיר גערן איבערגעבן די שמוציגע ארבעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 06:48 |
|
| |
בענדיקט (לא מסקינן בשמיה) לדעתי ווען איינער פון די טומלער וויל ארויס מכינ'ען א פרישען איסור בכגון דא. זאל מען איהם אחר כבוד מודיע זיין אז אזוי ווי עס וועט אריין קומען ווייניגער געלד, וועט ער והנלוים אליו נישט קענען געניסען פון די ארגאניזאציע, הצלה , שומרים, חברים, רופא חולים, וכדומה. איך בין נייגעריג וויפיל חתימות וועלען די פני הכלבים דאמאלטס באקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 21:36 |
|
| |
עקשטיין יישר כח פאר די מעשה.
און א עקסטערע יישר כח פארן זיכער מאכען אז קיינער זאל נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס דו האסט געשריבן!...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2005 22:49 |
|
| |
צו מענטשן וואס מיינען לשם שמים זאג איך "כה לחי," אויף אייך שטייט די וועלט, אבער ליידער איז קיין סאך פין דער סארט נישט פארהאן.
די מעשה פין די הצלה יוכיח.
די הצלה לייט האבן איינגעגעבן אין מודיע געוועהן אז עס וועט נישט זיין קיין פראגראם פאר די מיידלעך מוצאי שבת נאך דעם וואס דער קלאר האט אנגעפירט א פריוואטע מערכה.
פרייטאג, עודך. נייע צעטלעך פין דעם זעלבן מקור אנקעגן די זונטאגדיגע פראגראם פאר אינגלעך. וואס איז? תערובות!!!
נישט אומזיסט זענען די סאטמארע רבנים ארויסגעקומען הארט פארן זמן מיט א קול קורא דערקעגן.
דער מענטש האט א פארעם פייגלעך אין זיין קאפ, נישט א דאזען נאר שישים רבוא. ווער געדענקט דען נישט ווען ער האט געקאמפט קעגן "בראכ'ס בעד ענד בעט," עס איז נישט איידל האט ער פראקלאמירט, איז עס דען אפילו פאר נאך איינער איינגעפאלן? אז מקערט שמוץ ווערט מען שמוציג! ער זעהט א בוים און ער מיינט אז עס איז א פרוי.
גרויסע גליקן, די מיידלעך גייען שוין נישט צו קיין צדקה פארטיס והעיר וויליאמסבורג צהלה ושמחה, מיט דעם האט מען געלעזט די פראבלעמאטישע עפאכע.
אוי טייערע קינדערלעך, שטייטס אויף,
IT'S TIME TO GET A LIFE
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 02:12 |
|
| |
הכל הולך אחר החתימה...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 02:42 |
|
| |
קוטשעמע
איי עם וויט יו, אלל די וועי
עקשטיין מיט איחוד מעמבער'ס שרייבערייען, דאס איז די סימפטאם
דהיינו
כולי עלמא מודי - איך רעד נישט פון די שקצים - אז עס מוז זיין גודרים און עסקנים
נישט דאס איז די פראגע
די פראגע איז "ווער" און נאכאמאל "ווער" זענען די עסקנים
און לאמיר קלאר שטעלן מיין מיינונג, כמעט "אלע" עסקנים פון אלע פארטייען, זאלי אהרוני, וומ"ס, ב"פ, קרית יואל, זענען שמוץ קערער
און ווען איינער ווי קוטשמע האט די חוצפה עס צו זאגן, וואס מיינט איר מען הייבט אן שרייען
שגץ, עס איז דא געפערליכע שקצים אינגן און מוידן ליידער ליידער
יא, אמת ואמת, און פארדעם איז די בראך אזוי גרויס, טאקע ווייל עס איז דא ערנסטע פראבלעמען, דארף מען האבן ערענסטע 'עסקנים' נישט די שטאטס ליידיגייער
איך גיי נישט זאגן אז זיי טוען גארנישט אויף, אוודאי טוען זיי אויף פון צייט צו צייט, ושכרם מן השמים
אבער, זיי מאכן 'פיל' מער שאדן, מיט זייערע ווילדע שטיקן, קרומע קעפ, פארדארבענע מיינונגן
נעמט א ביישפיל הצלה, עס איז קלאר פאר יעדע בר דעת, וואס אזא 'קענסעלעישאן' ברענגט פאר די אינגט, וואס מיינט איר די בחורים און מיידלך שמועסן נישט, פארוואס מען האט דאס אפגעשטעלט, און מען מישט און מען פארשפרייט דעם פראבלעם, און דאס גיסט צו אויל צו פייער
לאמיר פרעגן א שאלת תם, וואס וואלט געווען ווען מען נעמט ווען א 50 עסקנים וואס זאלן שטיין על המשמר, און אכטונג געבן אז "וזר" לא יתערב, איז עס דען אזוי שווער,
דאס גורם זיין 'דירעקט' אז די גאנצע אינגענט, זאל מישן די טינופת, פארדעם און פאר יענץ, האט מען עס געמוזט אפשטעלן, דער האט דאס געטאן, יענע האט דאס געטאן, און טאקע בפרטיות און פרטי פרטיות, און אויב ווייסט מען נישט קיין פרטים, מאכט מען פרטים, און דאס טוען די גרויסע און ערוואקסענע בעסער ווי די קינדער,
אבער, שא, וואס הייסט, עס איז דא פראבלעמען, יא, און פארדעם??? פארדעם גיסט מען צו אויל צום פייער
ליידער, דער צוזאם שטעלן, דאס אז אזויפיל בחורים זענען היינט אן ישיבות, אזעלעכע שמוציגע עסקנים - איך ווייס וואס מען וועט מיר באגיסן דא פאר דאס זאגן - דאס און נאר דאס איז שולדיג אין דעם פראבלעם און נישט וואס קוטשמע און אנדערע זענען מפקפק אויף זיי
די פראגע איז נישט אויב עס איז דא א קרענק
יא ליידער איז דא,
אבער די פראגע איז, ווער זענען די דאקטוירים, און וואס פארא רפואות ניצט מען
איין זאך, איך האף אז מער ערענסטע מענטשן, ווי אונז דא, וועלן טאן צו דער זאך, ווייל אז נישט וועט מען אין א יאר ארום קענען שרייבן דא, אסאך גרעסערע הספדים
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 20:25 |
|
| |
די שאלה איז ווער זענען די מנהלי המוסדות?
מנהלי מוסדות תורה? אדער מנהלי משמרת הצניעות?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2005 20:27 |
|
| |
מנהלים פון בתי חינוך לבנות
|
|
|
|
|