בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מעג מען פארן ל"ג בעומר אויף מירון?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2005 19:30 לינק ישיר 
מעג מען פארן ל"ג בעומר אויף מירון?

די לעצטע יארן איז געווארן א גרויסע געפארעכטס אויף מירון ביים היימישן עולם, אויף א מאסשטאב וואס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר.

צווישן זיי זענן דא טויזענטער סאטמארע חסידים וואס זענין נתחנך געווארן ע"פ שיטתו של רבינו הק' זי"ע, אויך גדולי הרבנים וואס אגאנץ יאר זענין זיי מדריך אנ"ש מ' זאל זיך נישט אוועקרירן פינעם דרך האמת אשר הנחיל לנו רביה"ק זי"ע, אבער ל"ג בעומר פארן זיי אויף מירון.

דעריבער ווענד איך מיך צו "אלע" סאטמארע חסידים דא זאלן מיר ענטפערן די פאלגענדע קשיות.

איז דאס אויסגעהאלטן ע"פ שיטת רבחה"ק צו פארן אויף אר"י, ספעציעל אזא צייט ווען די ציונים טראפייטערן מיט די גרויסע עלי' (דער רשע הממשלה קימט אויך אהין)?

וואס וואלט דער רבי זי"ע, וואס האט זייער שווער געגעבן א הסכמה אהין צו פארן,ווען געזאגט דערצו?

אני הקטן האלט אז רביה"ק בגנזי מרומים האט גרויס צער דערפון, ווען ער זעט ווי זיינע תלמידים וחסידים פארן אזוי אויף אר"י, וואס אוטאמאטיש ברענגט עס אריין א קרירות צו די שנאה קעגן די ציונים, און מ' געט זיי אזא חיזוק, ודבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו?.

מצד השני אז מ' זעט אזעלעכע אויסגעריפענע חשובע תלמידים (הגר"י ראטה, הגרז"ל פילאפף, הגרח"ק גוטמאן, ועוד) פארן, ווער בין איך צו זאגן אנדערש, ובטלה דעתי מפני דעתם.

אויך איז א גרויסע עוולה פון די היימישע צייטונגען (ביידע) וואס געבן אזא גרויסע דעקונג דערפאר, פאר ל"ג בעומר און דערנאך, וואס דאס רייצט אן די געפילן פון מענטשן צו פארן.

אשר ע"כ בעט איך פון ענק זאגטס אייער מיינונג דערוועגן.


הכ"ד המצטער על שעושין תורת רביה"ק פלסתר.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2005 22:14 לינק ישיר 

מיר לעבען היינט אין א וועלט פון פאליטעזירטע אידישקייט, אין פאליטיק ווענט זיך אלעס אין די אינטערעסען, און מיר האבען אלע אנגענומען די שיטה פון "המטרה מקדשת את האמצעים".
לפ"ז מוזט די פארשטיין אז צו פארן קיין מירון שטערט נישט די אינטערעסן.
און מען פארשטייט אויך אז טראגען מיטן עירוב שטערט די אינטערעסען, אבער רייכערן שבת איז no problem.
אויב מען וועט מחליט זיין אז צו גיין א הויכען הוט איז קעגען די אינטערעסען וועט ה.וו. האלטען א דרשה אז מען זאל ארויפטאנצען אויף די מענטשען און אראפ רייסען די הוטן.
ואידך זיל גמור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2005 22:03 לינק ישיר 

סאיז שוין באלד שבת, און איך האב נישט געהערט קיין שכל'דיגן ענטפער אויף מיין קשיא

פארוואס צום כותל וואס רבין האט איינגענומען טאר מען נישט - צוליעב והנה אנחנו מאשרים זדים

און קיין מירון וואס בן גוריון האט איינגענומען, מעג מען יא?

איל האב נאר געליינט, ווייל דו ביילאנגסט נישט אויף דעהם פארום, ווייל אזוי וויל איך, ווייל אזוי איז עס, ווייל דער רבי איז געפארען,

קיינער האט נישט קיין תירוץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2005 21:15 לינק ישיר 

ר' עמרם בלוי ז"ל לא נסע למירון בל"ג בעומר. בבית מדרשו עשו מדורה קטנה ורקדו כעשר מיניטין.זה הכל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2005 18:51 לינק ישיר 

גערעכט זאלי-וויקי

עס ווענט זיך ווי נאך מען גייט

אדרבה ווער עס קען זאל פארן זיך אויסבעטן בדבר ישועה ורחמים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/5/2005 09:40 לינק ישיר 

דער רבי זי"ע שרייבט קלאר אין ויואל משה (סוף מאמר ב') אז מען קען נישט אסר'ן אפילו צו פארן וואוינען אין ארץ ישראל. טראץ וואס פריוואט פלעגט ער בדרך כלל יא פארלאנגען אז מען זאל נישט פארן אהין וואוינען.

איך האב היינט געהערט קלאר פון א איד, וועמען'ס קרוב - א קינדערלאזער ל"ע - דער רבי האט געהייסן פארן אויף מירון צו רבי שמעון.

עס איז זיכער אז עס ווענדט זיך אין די כוונות פונעם פארער, און בעיקר וואו "נאך" ער גייט...

בפרט היי יאר וואס מען מוז בלייבן אויף שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/5/2005 01:25 לינק ישיר 

האסט געפרעגט אויב עס איז אויסגעהלטן לויט די שיטה צו פארן און מירון

יא און נאכאמאל יא

אויף א פלאץ ווי אלע ערליכע אידן קנאים גייען מעגן מיר אויך גיין און אויך דער רבי זי"ע איז אויך געגאנגען און מירון ווען ער איז געווען און אר"י

די גרויסע געפאראכטץ האט נישט קיין שייכות מיט די ציונים נאר מען פארט צו רשב"י וויל כשם שהקב"ה לכל כך רשב"י לכל ועוד ועוד כמבואר בספרים

אני הקטן האלט אז רביה"ק בגנזי מרומים האט גרויס צער דערפון, ווען ער זעט ווי זיינע תלמידים וחסידים פארן אזוי אויף אר"י, וואס אוטאמאטיש ברענגט עס אריין א קרירות צו די שנאה קעגן די ציונים, און מ' געט זיי אזא חיזוק, ודבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו?.


אני הקטן האלט אז דער רבי האט צער אז מען מאכט חרוב זיינע מוסדות מיטן פייער פון מחלוקת איך נעם נישט קיין צד פאר קיינעם אבער דאס איז זיכער אז ער וויל דאס נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2005 22:20 לינק ישיר 

לפי ההרגשים שיש כעת במירון אין צורך בכל הסאטמרים ששואלים שאלות שיבואו

רשב"י לכל אפילו לסאטמרים אבל בלי שאלות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 21:53 לינק ישיר 

עס זענען דא סקול'ס אין בארא פארק וואו מארגן איז נישטא קיין סקול ווייל די טיטשער'ס זענען געפארן אויף מירון.

לכאורה ביז א קורצע צייט וועט דאס ווערן א לעגיטימער יום טוב אויך אין אמעריקע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 18:25 לינק ישיר 

איך וויס נישט ווער איז אנקעגן ווער איז בעד.
איין זאך זעה איך דא אין ארץ ישראל, אז סאטמערע חסידים האבן געקומען בהמוניהם. וואו מען דרייט זיך זעט מען פולע טוריסטן מיטן סאמערע שטייגער.
ס'איז פול געפאקט אומעטום. אלע האטעל'ס, אלע רעסטעראנסן, אלע שטיבלך, און אלע קארס דינגערס.
ס'ווערט מתרבה פון יאהר צו יאהר, מיט אן צאהל לאין מספר.
איך מיין אז דייע יאהר רעדט זיך וועגן פולע טויזענטערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2005 02:42 לינק ישיר 



אייןסאטמאר

דעת הויואל משה זי"ע ! היה נגד
דעת הברך משה שליט"א ! בעד ועשה מעשה רב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2005 23:56 לינק ישיר 

איינסאטמאר

1) איך בין א געוועזענער סאטמארער חסיד,

2) איך בין אוועק פון סאטמאר ווייל דארט איז פול מיט אנשים כמוך, וואס זוכן נישט קיין אמת, נאר להצדיק טעות השיטה.

3) די פרייע צייטונגען האבן געשריבן מיט גרויס פאמפע "מלך האנטי ציונים בא לארץ ומשתמש בשירותי המדינה, המשטרה, רשות רכבת ישראל, ומשרד התחבורה" נאר ווייל זיי האבן געוואלט פלאצען פון קנאה, און זיי זענען געווארען צו בראכן עד היום הזה ביז צו דער אדמה.

4) דער פארום איז איין אפענער פארום לכל דכפין, שאלות וועגן די שיטה קענסטו פרעגען די רבנים פיליפ דזשוניאר, וויינבערגער,זילבער ט., לייטנער, און בעק. דא איז אפענע דיסקוסיעס פאר מענטשן וואס ווילען זיך אויסלופטערן זייערע רעיונות. אין הערען קעגען געזעצטע מיינונגען.

5) טאמער ווילסטו א פארום עקסקלוזיוו פאר סאטמערער חסידים. קוק אין שכנות דיגען אשכול פון וועד משמרת הצניעות, וויפיל אזייגער ביינאכט דיינע חברה'לייט קומען זיך צוזאמען אין ראדני (דורכן פארשלאסענעם טויער). גיי דארט אהין, סאיז מסתבר אז דארט זענען אלע על טהרת השיטה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2005 22:08 לינק ישיר 

טובעין, איך פרעג מיין שאלה לשיטתו פון רביה"ק זי"ע, ווען די ענטפערס מיט ע"פ א אנדערע שיטה באלאנגט עס נישט אין דעם אשכול, און איך וועל דיר נישט ענטפערן מער אי"ה.

דרך אגב, ווען סאטמארער רבי שליט"א איז געפארן זענין אלע צייטונגען געווען פיל אז דער "מלך האנטי ציונים" איז געקומען, וואס ווייזט אז קיין גרויסע חיזוק פאר זיי איז עס נישט געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2005 20:17 לינק ישיר 

איינסאטמאר


אויף דעם אשכול באלאנגט יעדער, אז עס שמעקט דיר צו פרעגען נאר פון סאטמארער חסידים פרעג אין מקוה אויף ראדני, דא איז א כללותדיגער פלאץ וואס יעדער מעג זאגען א דעה.

די נסיעות פון סאטמארער רבי זי"ע האט איך נישט דערמאנט ווייל ער איז געפארען לפעול ולהפעיל קעגען בחירות,

איך האב נישט געזען אז די נסיעות פון דעם סאטמארער רבי אין זיינע קינדער די היינטיגע רבנים, זאלען זיין געמאכט צו אויפרעגן די ציונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2005 19:25 לינק ישיר 

נאכאמאל
איך האב מיך געוואנדען צו די סאטמארע דא, זיי זאלן מיר ענטפערן, דערווייל הער איך נאר פון אלע פרעמדע אבער נישט פון קיין סאטמערע חסידים.

ווי זענט עטס, עקשטיין, געזעגענעו, זאליוועקי,פארוואס הער איך נישט ענקער מיינונג?

טבעין שרייבט

"דער פאקט אז רב גדולי רבני סאטמאר פארען קיין ארץ ישראל," דאס איז טאקע מיין קשיא, היתכן?

"דער פאקט אז דער היינטיגער סאטמארער רבי איז אפאר מאל געפארען קיין ארץ ישראל מיט גרויס פאמפע.דער פאקט אז ר' אהרן און ר' זלמן לייב מאכען גרויסע נסיעות קיין ארץ ישראל."
אמת אז זיי זענן געפארן, און אויך דער רבי ז"ל איז געפארן (מאיזה סיבה דערמאנסטו עס נישט), אבער זיי זענן געפארן מחזק זיין די ערליכע יודן דארט, זייער פארן איז געווען לצנינים בעיניהם פון די ציונים, זיי זענן נישט געפארן סתם באזוכן, וואס כידוע איז ער געווען שטארק דערקעגן.

באראפארקער, באטשי וכל שום וחניכא, זאג איך נאכאמאל, עטס באלאנגטס נישט אין דעם אשכול, דאס איז פאר סאטמארע חסידים וואס פארשטייען יא דעם רבינ'ס שיטה, אויב ווילט עטס זיך מתווכח זיין אויף די ענינים, דאן עפענטס א אשכול עקסטער פאר דעם.

צוריק צו מיין ארגיענעלע פראגע,איז אויסגעהאלטן דאס פארן אויף מירון?ץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2005 10:07 לינק ישיר 

ווער רעדט נאך בכלל אין 2005 פון ציונים???????? עס איז דא אסאך בעסערע זאכען פון דעם....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מעג מען פארן ל"ג בעומר אויף מירון?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext