די גרויסע געפאראכטץ האט נישט קיין שייכות מיט די ציונים נאר מען פארט צו רשב"י וויל כשם שהקב"ה לכל כך רשב"י לכל ועוד ועוד כמבואר בספרים
אני הקטן האלט אז רביה"ק בגנזי מרומים האט גרויס צער דערפון, ווען ער זעט ווי זיינע תלמידים וחסידים פארן אזוי אויף אר"י, וואס אוטאמאטיש ברענגט עס אריין א קרירות צו די שנאה קעגן די ציונים, און מ' געט זיי אזא חיזוק, ודבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו?.
אני הקטן האלט אז דער רבי האט צער אז מען מאכט חרוב זיינע מוסדות מיטן פייער פון מחלוקת איך נעם נישט קיין צד פאר קיינעם אבער דאס איז זיכער אז ער וויל דאס נישט
נשלח ב-27/5/2005 09:40
דער רבי זי"ע שרייבט קלאר אין ויואל משה (סוף מאמר ב') אז מען קען נישט אסר'ן אפילו צו פארן וואוינען אין ארץ ישראל. טראץ וואס פריוואט פלעגט ער בדרך כלל יא פארלאנגען אז מען זאל נישט פארן אהין וואוינען.
איך האב היינט געהערט קלאר פון א איד, וועמען'ס קרוב - א קינדערלאזער ל"ע - דער רבי האט געהייסן פארן אויף מירון צו רבי שמעון.
עס איז זיכער אז עס ווענדט זיך אין די כוונות פונעם פארער, און בעיקר וואו "נאך" ער גייט...
איל האב נאר געליינט, ווייל דו ביילאנגסט נישט אויף דעהם פארום, ווייל אזוי וויל איך, ווייל אזוי איז עס, ווייל דער רבי איז געפארען,
קיינער האט נישט קיין תירוץ?
נשלח ב-27/5/2005 22:14
מיר לעבען היינט אין א וועלט פון פאליטעזירטע אידישקייט, אין פאליטיק ווענט זיך אלעס אין די אינטערעסען, און מיר האבען אלע אנגענומען די שיטה פון "המטרה מקדשת את האמצעים".
לפ"ז מוזט די פארשטיין אז צו פארן קיין מירון שטערט נישט די אינטערעסן.
און מען פארשטייט אויך אז טראגען מיטן עירוב שטערט די אינטערעסען, אבער רייכערן שבת איז no problem.
אויב מען וועט מחליט זיין אז צו גיין א הויכען הוט איז קעגען די אינטערעסען וועט ה.וו. האלטען א דרשה אז מען זאל ארויפטאנצען אויף די מענטשען און אראפ רייסען די הוטן.
ואידך זיל גמור.