בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בקרוב בארה"ב סלפונס מהדרין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2005 08:49 לינק ישיר 
בקרוב בארה"ב סלפונס מהדרין

איך האב שבת געזען אין בית מדרש א צעטל אז בקרוב גייט
זיין כשרע סלפאונס
ווייסט איינער מער וועגען דעם ?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2005 09:27 לינק ישיר 

לכבוד שבועות א קבלה טובה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2005 04:51 לינק ישיר 

ק"ו

אין ארץ ישראל וואס יעדער פארשטייט די נחיצות האט עס נישט מצליח געווען, דאהי וואס דער עולם זעט גארנישט שלעכט אונעם טעלעפאן וועט זיכער גארנישט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 02:46 לינק ישיר 

ביסט נישט קיין יחיד.

אין ארץישראל קען מען זען טעלעוויזאן אויף א טעלעפאן דאהי קען מען רעדן.

קיינער דאהי וועט נישט פארשטיין אז עס קומט אזא תקנה ווי און ארץ ישראל, ווייל עס איז נישט קיין גרויסע חילוק ווי א הויז טעלעפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 07:46 לינק ישיר 

נאר איך בין נאך צוריקגעבליבען דא מיט אלטע טעלעפאן נאר צו רעדן?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2005 05:46 לינק ישיר 

נעמט עס נישט פאר גרינג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 05:56 לינק ישיר 

בעפאר דו מאכסט הנחות, פרעג זיך בעסער נאך.

אלע וועלכע טוען אין די זאכן זענען באקאנט מיט שוידערליכע פאקטן אשר תסמר שערות אנוש.

און דאס וואס אין ארץ ישראל איז דאס שנעלער אנגעקומען, האט נישט מיט די דארטיגע ארימקייט.

אין גאנץ אייראפע איז דער סעלפאון אסאך מער אויפגעכאפט ווי אין אמעריקע.

כ'מיין אז די סיבה איז, ווייל די היגע רעגירונג איז אסאך שטרענגער מיט די געזעצן פון פריקווענסיס און וועיוו'ס (אין אייראפע איז פאראן קארדלעס פאון'ס וואס ארבעטן ביז פערציג מייל !, אבער דאהי איז דאס אומלעגאל), און דאס ערלויבט נישט פאר די סעלפאון קאמפאני'ס צו מאכן געהעריגע טאוער'ס וכדו' צו פארבעסערן די סערוויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 05:36 לינק ישיר 

דערווייל דאהי זעה איך נישט ווי אזוי מען קען זעהן אומווערדיגע זאכען אויף א סעלפאן, אפשר בין איך הינטערשטעליג, אבער איך מיין אז דא אין אמעריקא ווי דער עולם איז רייכער ווי אין א"י, לייגען די קאמפאניס נישט אריין אן עבודה אין די סעלפאן, ווייל רוב עולם האט סאווי קאמפיוטערס, משא"כ אין א"י.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 03:36 לינק ישיר 

דער פאקט ליידער איז אז גאר אסך בחורים האבן היינט סלפון'ס, און אויך לעצטענס זעהט מען דאס ביי מיידלעך [וואס גייען ארבייטן] און קענען טוהן דערמיט כל מה שלבם חפץ

דער פאקט ליידער איז אז כמעט אלע סלפון'ס קומען היינט מיט אינטערנעט, מיט אימעיל, און מיט א קוועטש אויפן קנעפל איז מען אין שאול תחתית

איך ווייס מעשיות פון סעלפון'ס, נישט פון קומפוטערס!!

אשרי ווער עס קען טוהן עפעס דערוועגן, עפעס וואס זאל אויפטוהן, נישט ווי די כמעט דורכגעפאלענע מערכה ווי קומפוטערס

הוי! מי יתן והי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2005 03:15 לינק ישיר 

איר זענט גערעכט.

מען דארף ווארטן ווילאנג עס זענען שוין אוועקגעפאלן נאך אפאר הונדערט בחורים און מיידלעך, ערשט דערנאך זאל מען אנפאנגען צו ארבעטן דערויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 03:10 לינק ישיר 

דאהי איז עס ליידער שוין אויך גאנץ פארגעשריטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 03:29 לינק ישיר 

ריכטיג

דא איז דאך א סעלפאן דערווייל א טעלעפאן, אין נישט קיין פראבלעם, אין ארץ ישראל איז עס אלעס חוץ פון א טעלעפאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2005 03:07 לינק ישיר 

די מהדרין סעלפאן וועט האבען א פראגראם אז טאמער וועט איינער זאגען א מיאוס ווארט ווי למשל די עפ ווארט, אדער די עס ווארט, וועט זיך די קאל תיכף ומיד אנהאקען.

דאס איז זייער וויכטיג ווייל אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, און בטעות כאפט מען זיך ארויס מיט אזעלכע שעדליכע ווערטער. איז פארדעם א גאר גוטע עצה אז מען זאל נישט קענען בכלל אריין זאגען אזעלכע ווערטער אין סעלפאן.

די אמת איז אז אין א"י איז אנדרעש די סעלפאן ווי דא. דארט קען מען קוקען אויף ווידיאס אויף'ן סעלפאן, און בכלל עס ארבעט אנדרעש, אזוי אז עס איז טאקע א שמוציגע כלי דארט. דאהי, איז ב"ה די סעלפאן נישט דא די נסיונות וואס איז דא אין א"י (אפשר בין איך הינטערשטעליג?), ממילא איז די "מהדרין" סעלפאן לגמרי איבריג, דערווייל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2005 22:57 לינק ישיר 

די צרה איז אז אין ארץ ישראל האט יעדער בחור'ל א סעלפאן.

מיט סעלפאנ'ס אין ארץ ישראלק קען מען קומען סאך ווייטער ווי אין אמעריקע.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 22:13 לינק ישיר 

די סעלפאנס איז זייער שעדליך דאס איז כולי עלמא מודי אבער אז איינער וויל אנקומען צי שמוץ קען ער אויך אנקומען אן די סעלפאן,
און די מערכה דא איז שוין אויך מיט פאליטיק אזוי אז עס וועט סייוי נישט העלפען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2005 18:44 לינק ישיר 

וואס איז א כשר'ע סאלפאון?

עס גייט האבן JNET אפשר? הייסט מ'וועט נישט קענען עפענען די אטעטשמענטס [מצורפי קובץ] אויף היידפארק, אויוויי!

דאס קען מען נאר האבן מיט ווערייזאן, ריכטיג?

תוקן על ידי - geferlich - 29/05/2005 18:48:33



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בקרוב בארה"ב סלפונס מהדרין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext