בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אויפגעקלערטע סאטמארע....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2005 18:31 לינק ישיר 
אויפגעקלערטע סאטמארע....

א זאך וואס מען האט אמאל נישט געזען און נישט געהערט. עס איז אבער א פאקט מער און מער מענטשען עכטע סאטמארע אידען זאגען ווערטער וואס אמאל וואלט מען זיי געשאכטען לעבעדיגערהייט אן קיין ווארענונג קענען זיך ערלויבען צו זאגען ווערטער וואס שטייט קלאר אין ויואל משה אז סאיז כפירה און שפאט קעגען דעם הייליגען באשעפער. וואס איז געשען ? וואס איז די לעצטע פאר יאר אנדערש געווארען אז אזעלעכע עקעלדיגע מחשבות דרייען זיך אין פילע קעפ פון היימישע מענטשען און נאכדערצו דאס ארויסצוזאגען בשער בת רבים, אן קיין שום פראבלעם ? ענפער מיר נישט אז דעס איז ווייל סאטמארער רבי ז"ל איז שוין נישטא. פון די מענטשען זענען דא פיל וואס האבען זיך געווייקט אין די שטויב פון זיינע פיס זיך מוסר נפש געווען פאר זיין דרך, פיינט געהאט יעדען וואס האט נאר אויסגעזען אז ער האלט א פיצקעלע אנדערש ווי ער. ווען דאס וואלט געווען נאר פון אינגע לייט (וואס פון זיי זענען דא ווייניג וואס ווייסען פונקטלעך וואס דער רבי האט בכלל געוואלט) וואלט איך שוין מוחל געווען אבער דא רעד איך פון די סמעטענע פון די אמאליגע סאטמארער אידען.
קען מיך איינער העלפען ???



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2005 18:26 לינק ישיר 

אפשר איז די אײנציגסטע עצה צו עפענען 101 בלאגס פון תוכחות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 22:42 לינק ישיר 

אסאך אויפגעקלערטקייט קומט ליידער פון די טרייפאנע בלאגען.

ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 22:00 לינק ישיר 

יאמאמיי, און אפשר איז "נשתכח"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 21:46 לינק ישיר 

טראכט פין באשעפער אין פין די דרייצן אני מאמין'ס
אזוי איך פין די זאכן וואס א איד מיז אניזין האבן מציאות השם וכו'
אין לאז אפ די סאטמערע
אויך קענסטע טראכטן ווי אזוי צי מאכן געלט,פין דיין ווייב אין קינדער אא"וו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 21:41 לינק ישיר 

געטמי איך ווייס נישט ווי די דרייסט זיך אבער עס איז דא מער ווי סתם איינצעלנע (זיי מיזען נישט דאווענען אין סאטמאר..) און איך מיין נישט די אפפאל פון סאטמאר איך מיין מענטשען וואס האבען זיך געדרייט לעבען דעם רבין און נישט קיין קליינע תלמידי חכמים. און אויב זיי האלטען היינט אנדערש ווייס איך נישט וואס צו טראכטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 21:37 לינק ישיר 

משיח השם,יאממי

די קשיא איז יא א קלאץ קשיא אין עס איז זייענר נעריש צי פרעגן אז קשיא,ווייל

מען פרעגט קיינמאל נישט אויף איינצעלע מענטשן היתכן זיי פירן זיך אזוי אויף היתכן זיי טיען דא אין יענטץ
פעלט דען נישט איסרי דאוריתא וואס מענטשן זענענן עובר טאג טעגליך?קען מען אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדעם'ס מעשים פארוואס ער פירט זיך אזוי אויף??

ווען מען זעט א עדה אידן אינאיינעם טרעטן אפ פין א מסורה איז שייך צי פרעגן וואס דאס איז
אבער אז צען אידן פין בעלז וועלן איין טאג מחליט זיין נישט צי דאווענענן וועט דאס טייטש זיין אז בעלז דאווענט נישט

מילא ווען יאממי האט געפרעגט זיין קשיא איז עס געווען אדער לקנטר אדער סתם נעריש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 21:19 לינק ישיר 

וואס איז תפארת בית ישראל ? ארונים אדער זאלונים ?
איז דאס טאקע די איינציגע ירושה וואס ער האט איבערגעלאזט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/6/2005 01:16 לינק ישיר 


.....לתפארת כל בית ישראל....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 23:11 לינק ישיר 

משיח השם
שקויעך פאר זיך אנעמען פאר מיר זעט טאקע אויס אז דא איז שווער זיך דארעכצורעדען וועגען נארמאלע זאכען
עס איז מסתם נישט אזוי געפערלעך ווי איך האב עס געמאכט עס איז אבער יא דא אסאך וואס זענען גרויסע תלמידי חכמים און ווייטט פון שנה ופירשניקעס. איך וואלט טאקע נישט געדארפט מאכען אזא הימעל געשריי און די לעצטע ווערטער אז איך זיך העלפ פעלט טאקע נישט אויס (באדערט מיר עס טאקע ?....)
דאס איז זעכער אז עס ווערט מער און מער פון אזעלעכע מענטשען !!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 08:09 לינק ישיר 

אז די קענסט פערזענליך אפאר אידען איז גארנישט.

אפאר שנה ופירשניקעס וועסטו אלעמאל טרעפען אין יעדער קרייז.

אבער דער ויצעקו וואס דער פותח האשכול האט געמאכט זעט אויס איבערגעטריבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2005 02:35 לינק ישיר 

פארוואס ענטפערט קיינער נישט צום זאך.

דער יאמאמיי האט געפרעגט א קשיא, וואס איך קען אביסל מעיד זיין אז ס'איז אמת. איך זעה נישט אז ס'זאל זיך טוהן אין גרויסן. אבער איך קען פערזענליך אפאר אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אין די סמעטענע פון סאטמאר און נאך אין די יארן וואס דער פריערדיגער רבי האט געלעבט און זיין שיטה האט מאנאפאלירט וויליאמסבורג. און היינט רעדן זיי מיט א מורא'דיגע שפעט און אפלאכעריי פון אלעס וואס אין סאטמאר איז אלע יארן געווען הייליג.

און ער פרעגט פארוואס דאס איז אזוי. און קיינער ענטפערט נישט צום זאך. הצלה אינגערמאן... בעלוויו... סאטמאר און אויפגעקלערט זענען צוויי זאכן... וכו'

זעהט אויס אז דער אמת'ער תירוץ שטערט איינעם! נו ברויך מען דאך נישט מאכן צונאר דעם שואל.

אויף ווידערזעהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 00:58 לינק ישיר 

זאב

אבי געשאסן, מען קען קלאר זען אז די קענסט נישט דעם הייליגער ספר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2005 00:32 לינק ישיר 

דער פראבלעם איז אז דער ויואל משה איז נישט קלאר וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט למעשה. די שיטה קומט מיט א "הענד בוק" ווי איין און ווי אויס. די הענד בוק איז ליידער נגנז געווארען. ממילא ווענט זיך ווי אזוי איך וויל, אז עס טויג מיר איז עס כפירה, און אז איך ווייל ווייזען וואס פאר א חכם איך בין וועל איך ענק ווייזען ווי אויפגעקלערט איך בין.
ביי די קנאים איז קיינמאל נישט געווען קיין תמימות, און אז מען איז אן אויפגקלרטער קנאי איז מען א "היפאקריט".

תוקן על ידי - זאב58 - 01/06/2005 0:37:56



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 23:41 לינק ישיר 

יאמאמיי
האסט אפענדעט אלע סאטמערע חסידים.

סאטמאר און אויף געקלערט איז א סתירה.
יא אסאך ווערען לעצטענס אויף געקלערט אבער זיי זענען שוין נישט סאטמארע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2005 19:08 לינק ישיר 

יא. מ'קען דיר העלפן

זיך אויף א הצלה אינגערמאן, און בעט ער זאל דיך אריינפירן קיין בעלוויו.
ווי אמשנעלסטן

אולי ירחם!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אויפגעקלערטע סאטמארע....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext