יהדות החרדית אין ישראל האט מיט פרייד אויפגענומען נעכטן כ"ק אדמו"ר מסקליא ב"פ שליט"א. דער רבי שליט"א וועט וויילען אין ישראל ביז קומענדיגע וואך דאנערשטיג.
דער רבי שליט"א איז געקומען לכ' שמחת אפשערן אין די משפחה, דער רבי שליט"א פארט יעצט 7 אזייגער (ישראל זייגער) קיין טבריה, און וועט וויילן דארט אי"ה ביז דאנערשטיג פארנאכטס.
מער פרטים וועט נאכקומען, און אפשר אויך בילדער בל"נ..
נשלח ב-10/6/2005 11:50
סים טייערער.
ווען מ'זאגט מיר דעם רבי'ן זי"ע דארף מען זאגן וועלכע, פשוט ווייל אלע רבנים (לעבעדיגע, טויטע פונעם לעצטן דור) זענען ביי מיר די זעלבע חשוב.
נשלח ב-10/6/2005 07:06
jewboy
נשלח ב-10/6/2005 04:37
ישר כח JEWBOY
אבי עס מאכט זיך שוין א קעמערע.
נשלח ב-9/6/2005 17:58
ג'יבוי!
אי דער רבי זיע"א האט דאך געהאלטן מזאל נישט גיין?
נשתנו העתים?
אדער אנדערע האבן בעסער פארשטאנען רח"ל?
נשלח ב-9/6/2005 17:56
פארוואס זיין טאטע איז נישט א'רעבע? ער איז דאך אזוהן פון דער פריערדיגע סקאליע רבי זצ"ל?
נשלח ב-9/6/2005 17:56
סים,
איך פלעג אלץ גיין צום כותל און האף צו גיין ווייטער.
היינטיגע צייטן גיי איך צום כותל איינמאל אין צוויי וואכן.