בילדער, הערליכע ל"ג בעומר אין קרית יואל מצורף קובץ
בילדער פון די הערליכע הדלקה אין קרית יואל.
ערשטע בילד פונעם ציבור. אויף די מלכות'דיגע שטיגן.
נשלח ב-1/6/2005 05:49
טאקע הערליך! איך דאנק דיר זייער פארן ארויפלײגן די אלע בילדער און איך בין נאך מער דאנקבאר פאר דעם גוטען געלעכטר װאס דאס האט מיר געגעבן.
בשעת איך האב געקוקט די בילדער האב איך אנגעצינדען אין די בעקראונד די דרשה װאס דער קרית יואלער רב האט געדרשנט פאר די בני הישיבה יארן צירוק אנטקעגן מאכן הדלקת ל״ג בעומר אין חוץ לארץ!
עס איז ממש געװאלדיג, אין די דרשה דעקט ער יעדן תירץ װאס מען זאל נאר דארפען פאר די װאס װילן עם יעצט פארטיידיגען!
ארגאלער
האסט נישט אפשר קיין פיקטשערס פון ווילאמסבורג
ביי די הערליכע מסיבת ל"ג בעומר
ווי עס האבן געהאנגען פלאקאקטן
אז עס גייען זיך באטייליגן
די חברי הביד"ץ
דער רב
די בחורי חמד
די כולל אינגעלייט
די אברכים מצויינים
די בעלי באטים
די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא
ועל צבאם דער רשכבה"ג שליט"א