| נשלח ב-1/6/2005 04:59 |
|
| |
שלום בעלז מיט די עדה החרדית ???
עס דרייען זיך ארום ערנסטע קלאנגען אז מען האלט שוין אט אט פאר א שלום.
היינט איז געווען א זיצונג ביי הרב וואזנער פון ר' משה האלבערשטאם מיט איינער פון די שטוב מענטשן ביים בעלזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 22:40 |
|
| |
זאב
זלמן לייב האט געווינען.
ער האט די הנהלת העדה החרדית אין טאש.
אויסער די פאר ליידיגייערס אין ירושלים אינטערסירט נישט קיינעם יא שלום צו נישט שלום ,
WHO CARES.
די גאנצע שלום געשפרעכן איז נישט אינטערסאנט, זעט אויס אז די בעלזער ווילן געבען ארבעט פאר די ליידיגערס אין די געסלעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 22:36 |
|
| |
רבותי ! מען דארף האלטען קאפ ווייל די חברה זיינער פראפעשינאל קאפ פארדרייערס.
לאמיר נאך א מאל אנהייבן די מעשה פון אנהייב. די עדה האט געאסרט די בעלזער מוסדות, האט בעלזא געמאכט א ב"ד, סאטמאר אמעריקא האט זיך אריינגעמישט, בעלזא האט געמאכט שלום מיט רב ווייס, סאטמאר אמעריקע צושטערט, געשאסאן דעם אטאם: נעלאגען, קול קורא וכו', בעלזא האט זיך נישט אפגעשראקען און בעלזא האט אנגעהויבן צו וואקסען בכמות ובאיכות, געשטעלט א אויסגעהאלטענעם וועג אין חינוך, אין דיעות, א צייטונג, א ב"ד, בנינים על גבי בנינים, א בענקעל אין כנסת, געווארען פון די גערסטע ווארט זאגערס אין יהדות החרדית מיט אן ערענסטקייט נישט לקנתר, סיי פאר היימישע אשכנזים סיי פאר די מאדערנערע סיי פאר ספרדים סיי פאר אמעריקאנער אידן, בעלזא האט נישט קיינע שונאים דאס הייסט אז א בעלזער בחור איז נישט פארנומען מיט קיינע נעגעטיווע זאכען, די מחלוקת איז נאר פון די זייט פון די קנאים, אין מחנה החרדי איז מען נישט פארנומען מיט הסברים פארוואס די קנאים טויגען נישט.
ווייטער נעמען געלט פון די מדינה, וואס ביי דעם האט זיך אלעס אנגעהויבן, איז דען דא איין רב וואס האט א שייכות קיין בעלזא וואס האלט אז מען טאר נישט נעמען קיין געלט?
יעצט די פאבליק סקול איז געאסערט פון א סאך פון די סאטמארער רבנים, און עס גייט אן בריש גלי און קיינער איז נישט ארויס מיט קיין איסור אויף די מאנראו מוסדות? היתכן?
דער תירוץ איז ........
די אונטערשטע שורה:
פאר דעם בעלזער איד, בחור , קינד , אידענע איז בכלל נישט נוגע צו עס איז דא שלום צו נישט. די אנדערע זייט וואס קענען נישט אנגיין אן פיינד האבען ווינטש איך זיי א גוטן אפעטיט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 22:05 |
|
| |
איז וואס איז.
אז איינער וויל העלפן פאר סאטמאר זייער פיין
אבער חרוב מאכן דאס נישט.
און איצט זעט מען טאקע אז דאס געלט האט נישט קיין השפעה.
דער רב שליט"א האט אריינגעקאלט עדה החרדית ביים מיטונג זיך קעגן שטעלן צום שלום.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 21:39 |
|
| |
יוסף:
א זייטיגע נקודה.
דו געדענקסט אפשר וואו דער ר' אהרן נאה האט לעצטנ'ס געגעבן הונדערט טויזנט דאלאר ???
דו געדענקסט אפשר ווער עס האט ערלעדיגט אז די באנק זאל ברעכן דעם קאנטראקט מיט טשעיס, איבער דעם מארטגעדזש פונעם נייעם שוהל (וואס אגב, לויט די דעמאלטדיגע חשבונות אין "דער איד", שטייט שוין יעצט במלוא הודו והדרו...) ???
זיי זענען שלוחים פון ר' אהרן טייטלבוים ???
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 21:31 |
|
| |
א שאד אויף צו איבער'חזר'ן אויף אלע שקרים.
די פארשלאג איז אראפ פון טיש.
עס איז נישט על הפרק
ביי
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 21:10 |
|
| |
לא שמעתי אינו ראיה.
דברתי עם אנשי ביתו של הגאון ר' מאיר ברנסדורפר שליט'א וגם עם ידיד של הגאון ר' משה הלברשטם שליט'א וזה מה ששמעתי מהם.
ונזכה ונחיה ונראה
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 20:50 |
|
| |
לא יקום ולאנ יהי'
א שאד אויף אלע גערעדעכצער.
צו הייסט אהרן נאה
צו חיים לאקס
צו חיים יהושע באב"ד
צו אן אנדערער
קיין שלום מיט בעלז וועט נישט זיין
עס איז נישט געווען די פארגאנגענע וואך אן אסיפה, עס איז שקר די גאנצע נייעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2005 20:25 |
|
| |
בשבוע שעבר היה אסיפה אצל חברי בית דין צדק של העדה החרדית בירושלים בנוגע השלום, בין העסקנים המשתתפים הנגיד המפורסם ר' אהרן נאה ני״ו מניו יארק מגדולי תומכי מוסדות סטמר וכל קהילות הקודש.
האורח הנ'ל השתתף בשבת קודש בסעודת רעוא דרעוין אצל כק מרן אדמו'ר מבלז שליט'א (שבת שבע ברכות של נכד הרב װינד שליט'א, משב'ק) וישב בראש השלחן ליד האדמו'ר שליט'א בכבוד הראוי לו
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2005 21:21 |
|
| |
וועם אינטערסירט עס וואס ער האט צי זאגן.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 05/06/2005 21:57:18
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2005 20:36 |
|
| |
באטרא שרייבט
סאטמאר ירושלימ'ער רב קעגן שלום מיט בעלז
20:34 5/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
נעכטן ביי סעודה שלישית האט הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים, געלאזט הערן זייער א שארפע דרשה קעגן שלום מאכן מיט בעלז.
ווער עס וויסט מער איינצעלהייטן זאל מעלדן.
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 05/06/2005 20:39:27
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2005 08:33 |
|
| |
געפערליך
ר' אהרן שמועסט נישט מיט די הנהלת העדה החרדית, ווען ער האט עפעס צוזאגן זאגט ער זיין דעת קדשו, פאר די רבנים חברי הבד"ץ העומדים על העדה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2005 08:25 |
|
| |
א האלבע שעה נאכדעם וואס ר' זלמן לייב האט גערעדט ביי די אסיפת העדה, האט אהרן גערופן זאגן מ'זאל טאקע נישט מאכן קיין שלום צוליבן כבוד פון פעטער...קאמענטארן זענען איבריג.
ועוד זאת, די אשכול ליינט זיך:
"שלום בעלז מיט עדה החרדית???"
א גרויסע קשיא און א גרויסע תירוץ: ניין!
איי פארוואס? ווייל ר' זלמןלייב האט גערופן און געזאגט וואס ער האט געזאגט והוחלט כפי שבדעתו [דערמאנט אין יוסף 90 בריוו ערשטן דף]
דאס איז ביז דערווייל די רעזולטאטן פוןדעם שלום פראצעדור,
קען זיין עס וועט זיך טוישן אבער נישט ווען ר' אהרן וועט עס זאגן....
והוא רחום יכפר.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2005 01:25 |
|
| |
...באמערק ווי צווישן די אהרונים אליין שלאגט מען זיך צווישן זיך....
|
|
|
|
| נשלח ב-3/6/2005 00:03 |
|
| |
זיי מוחל קוק איבער מיין פריערדיגע תגובה פון 23:17.
|
|
|
|
|