בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

הרה"צ ר' צבי נ"ד ממונקאטש זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2005 07:54 לינק ישיר 
הרה"צ ר' צבי נ"ד ממונקאטש זצ"ל

בצער רב וביגון קודר אנו מודיעים על פטירתו של נכד הבכור של הבעל מנחת אלעזר זי"ע וזכה להגדל על ברכיו וזקינו בסוף ימיו קודם פטירתו השתשע הרבה עמו עיין באריכות בס' סדר שנה האחרונה אחרי השואה השתדל הרבה להדפיס מחדש כל ספרי בית מונקאטש
הלויה תצא בשעה 10:00 מביהמ"ד מונקאטש בבארא פארק
ומשם לארץ ישראל למרומי הר הזיתים סמוך ונראה לקבר אמו הרבנית פרימא ע"ה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 07:03 לינק ישיר 

כ'האב היינט געהערט אין מונקאטש אז דער רבי איז געבוירען דעם ערשטן טאג חנוכה ת"ש. די ברית איז געווען זאת חנוכה, און הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל הי"ד איז געקומען קיין מונקאטש און געווען סנדק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 06:00 לינק ישיר 

עס איז באקאנט אז דער מונקאטשער רבי איז געבוירן ר"ה ת"ש, וואס דאן איז נאך אין אונגארן געווען רואיג, און קיין אידן זענען נאך כמעט נישט אוועק פון דארט.

עס איז א וועלט'ס ווערטל, אז דער מונקאטשער באוויינט וואס ער איז נישט געבוירן מיט עטליכע שעה פריער, ווען יא וואלט ער געווען א פארצייטישער רבי.

"נאך פון די ת"ר יארן"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 05:55 לינק ישיר 

כמדומה לי, אז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א איז נאך געבוירען אין מונקאטש, און אחיו הצעיר כ"ק האדמו"ר מדינוב שליט"א איז שוין געבוירען אין בודאפעסט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2005 06:55 לינק ישיר 

זי באשרייבט דארט די ברית פין איינער פין די קינדער אין בודאפעסט שוין נאך די מלחמה האט אויסגעבראכן, זי ברענגט פרטים, אזוי ווי ווער האט געקעיטערט די ברית, און וויפיל מענטשען האבען מיט געגעסען, איך מיין טויזענט אויב איך האב נישט קיין טעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2005 06:54 לינק ישיר 

ליינט יענעם ביכל און וועסט זעהן באריכות.

יא, זיי זענען געבליבען אין מונקאטש.
איך כאפ מיך אז איינער איז אפשר נישט געווען געבארען דעמאלס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2005 21:22 לינק ישיר 

וואס איז געווען מיט ר' משה לייב, ער איז געבליבען מיט די מאמע? און די דינאווער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2005 20:41 לינק ישיר 

איך האב אמאל געהערט אז ער האט חתונה געהאט נאכן קריג, אין ער איז אראפגעפאלען פון א הויכע פלאץ, און פון דאמלץ איז ער חרוב געווארען אינגאנצען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2005 19:44 לינק ישיר 

איך האב געליינט אין ביכל פין ר' ברוך'ס שוועסטער (פרידמאן), ווי זי באשרייבט די גאנצע השתלשלות פין ר' ברוך, און די מלחמה.

ר' ברוך איז געווען א פוילישער אדער רוסעשע אפשטאם, און ווען די דייטשען זענען אריין אין מונקאטש, קודם האבען זיי קיינעם נישט געטשעפעט, און עפעס מכח סיבה, האבען זיי פארשיקט ר' ברוך צוריק קיין פוילין צו עפעס א קליין שטעטעל (אפשר געדענקט איינער?), און מען האט מיטגעשיקט מיט אים דער קליינער הערשעלע.

ער איז געווען אין פוילין דאכט זיך א האלב יאר, ביז מען האט אים צוריק געלאזט קיין מונקאטש, דורך די שתדלנות פין זיין שוויגער, אבער דער הערשעלע איז גערירט געווארען גייסטיש פין די גאנצע עסק, פין די פחדים בעיקר.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/6/2005 02:04 לינק ישיר 

איך געדענק נעבעך דעם נפטר, מ'פלעגט איהם רופן "הערשעלע", ער האט געהאט זייער א שווער לעבן, ער האט נעבעך געליטן אויף גייסטישע פראבלעמען, ער האט זיך זייער געמיטשעט, ער איז געווען עלנד כמעט אלע יארן, ער איז געווען חתונה געהאט בערך 50 יאר צוריק פאר זייער א קורצע תקופה צו א חשוב'ע משפחה (וואס איך וויל בעסער נישט זאגן ווער, זיין געוועזענע ווייב לעבט נאך).

די מנחת אלעזר האט זיך זייער משתשע געווען מיט איהם.

די היינטיגע מונקאטשער רב האט איהם זייער מחזק געווען פלעגט איהן זעצן אלס אויוונאן, כאטש זיין גייסטישע מצב.

פארפאלן, א שטיק היסטאריע איז אפגעריסן געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2005 18:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ


by the leveiyu, the minkatch rav


A pached a shrek!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2005 09:00 לינק ישיר 

קרדיט לhotwire

מניו יורק מגיעה הידיעה המעציבה על פטירתו לשמי מרום של נכד הבכור של כ"ק הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצוקללה"ה ה"ה הרב צבי נתן דוד רבינאוויטש ז"ל אחרי שסבל ביסורים רבות בשנים. בן ע"ב שנים היה במותו.

לא השאיר אחריו זש"ק. הוציא לאור שנים רבות ספרי זקינו הק' זצ"ל.

עוד היה על ברכי זקינו הק' אשר השתעשע עמו כג' שנים.

הלויה תצא מבית מדרשו של אחיו כ"ק האדמו"ר ממונקאטש שליט"א אשר בבורו פרק בשעה 9:30 בדרכה לארץ ישראל, לחלקה אשר קנה לו בחיים במרומי הר הזיתים סמוך ונראה לקברו של אמו ע"ה.

הלויה תצא בארה"ק ביום חמישי בסביבות השעה 1 אחה"צ בראשית אחיו האדמו"ר ממונקאטש שליט"א ואחיו האדמו"ר מדינוב.

האדמורי"ם ישבו שבעה בביהמ"ד מונקאטש ביום חמישי, וחוזרים לארה"ב בליל ששי וימשיכו לשבת שבעה שם.

ומחה ד' דמעה מעל כל פנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > הרה"צ ר' צבי נ"ד ממונקאטש זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext