|
|
| נשלח ב-17/6/2005 05:57 |
|
| |
איך ווייס זיכער אז עס איז נישט ליגאל צי מאכען עס אומלעזבאר
סיי די רעגיסטרעישין אין סיי די פלעיטס עס באלאנגט נישט צי דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2005 07:18 |
|
| |
13hooper
נישט ליגאל?
דערמאנסט מיך פון מיינע חטאת נעורים ל"ע.
געדענקטס דאס צעטל אויף די אלטע מאטראצען
It is against the law to remove this tag
איך האב בשאט נפש עובר געוועהן כמה פעמים אויף דעם איסור חמור.
כד הוינא טליא האב איך יאהרן לאנג געציטערט פון די פאליציי טאמער וועט ער מיך איינזעצן פאר אותו עוון, וואס וועל איך ענטפערן ליום הדין?
ביז איך האב ב"ה אליין געהאט קליינווארג האב איך געזעהן די ווארהייט פון דעם פסוק
מפי עוללים ויונקים יסדת עוז להשבית אויב ומתנקם
ווען איך פרעג מיין צדיק: פארוואס האסטו שוין דעם ערשטן טאג געמאכט א לאך אין די נייע הויזען?
וואס ענפערט ער?
סאיז אזוי געקומען!
וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2005 17:48 |
|
| |
און אז מען רעדט שוין אין די "ענינים", ווער ווייסט די גרינגסטע וועג צו מאכען א מיטער זאל זיך ב"טעות" צוברעכען?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2005 02:57 |
|
| |
טאטע שיק מיר הויזען ! ! ! ! !
באטשי היקר
די האסט מיך שלעכט פארשטאנען איך האב מיך באצויגען אויף וואס גישמאקער שרייבט
לפי מיינע השגות לכאו' איז נישטא קיין פראבלעם ווייל די סטיקער באלאנגט צו אייגנטומער ער מעג טון וואס ער וויל.
אדרבה, לאמיר פרעגן מאירקע ער זאגט דאך בדוק ומנוסה.!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2005 19:28 |
|
| |
]the best way to faill a meter, take a quarter hold it in the meter for 35 seconds and it comes up "faill" [
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2005 08:16 |
|
| |
און שוין לאנג וואס כ'אב געוואלט מעורר זיין אויף א ענין.
ס'באקאנט דע מהרש"א אויף זה נהנה וזה נהנה ער שרייבט דארטן דאס איז נישט קיין מדה נאר א חוב עיי"ש,
דער עולם קומט מיט די אויטאס מפארקט אריין ביים קוירב נישט קוקנדיג מ'גיבט ניטש אבאכט אז מ'פארנעמט צוויי פארקינג ספעיסעס, אזוי מאכט מען אז אן אנדערער וואס וויל פארקן זאל נישט קענען פשוט, דאס איז נישט אויסגעהאלטן בכלל ובפרט, ווען דער רבי וואלט נאך געלעבט וואלט ער מרעיש עולמות געווען דערגעגן.
און ווער ווייסט מי יאמר זכיתי לבי, אפשר טאקע פאר דעם חטא קומען די ביטערע עונשים מרים וכבדים פון די 'מכת הפארקינג טיקעטס',
זאל דער בורא כל עולמים העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בהתגלות כבוד שמים עלינו ובתרוממות קרן התורה וישראל בבמ"צ בב"א.
אוי גיוואלד !!!
איך בין געהרג'ט מיד.................איך גיי מיך שוין לייגן.....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2005 16:15 |
|
| |
גם אני מצטרף לדברי הרב געשמאקער שליט"א.
|
|
|
|
|