בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די גרעסטע חסידות'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2005 17:37 לינק ישיר 
די גרעסטע חסידות'ן

ווער זענען היינט צו טאג די גרעסטע חסידישע קהילות?
זי גרעסטע איז זיכער סאטמער, אפילו נאך דעם אז ס'איז דא צוויי סאטמער נאך אלס איז סאטמער ר' אהרנ'ס איז די גרעסטע חסידות אויפן וועלד, רין אויך ר' זלמן חסידות\קהילה איז נישט קליין.
וואס איז די סדר נאכער?
חב"ד איז נישט גערעכענט, איך מיין נאר די היימישע חסידישע קהילות.
מיין מיינונוג איז:
בעלזא
ויז'ניץ ב"ב
סקווער
צאנז אר"י
ויז'ניץ מאנסי
באבוב 48
תולדות אהרן
באבוב 45
בויאן
סטאלין קארלין
דושינסקיא
סלונים (סלנט)
תולדות אברהם יצחק
סערעט ויזניץ
אין שפעטער קימען אסאך קלענערע ווי צב"ש, מונקאטש, נדבורנא אר"י, פאפא וכו'



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2005 21:27 לינק ישיר 

ווען איינער שמועסט פון די גרעסטע חסידות דארף מען רעדן ווער האט דאס מערסטע מצליח געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 20:59 לינק ישיר 

באטשי איך גיי נישט אריינאין דיינע דמינות אין פאקטען פארדרייענישען איך וועל נאר מגיב זיין א קלייניקייט דו שרייבסט

די סאטמארער/זאלוני פראפאגאנדע מאשין האט אויף דיר געווירקט!

ווי דער רבי נ"ע פלעגט זאגן

חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם


דו ווייסט ווער עס האט פארפאסט דעם סלאגען
ווער איז דיין רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2005 16:38 לינק ישיר 

וואס מיינט די "גרעסטע חסידות"

די גרעסטע תלמוד תורה, מיידעל סקול?
די גרעסטע ליסטע פון מעמבערס?
די גרעסטע צאל פון בנינים?
די גרעסטע שוהל?
די גרעסטע אידישע צייטונגען?
די גרעסטע שלעגערס?
די גרעסטע גמ"ח?
די גרעסטע איינפלוס אויף אנדערע?
די גרעסטע סיינס ביי שמחות?
די גרעסטע פאר קוויטלעך?
די גרעסטע בית החיים?
די גרעסטע מצה בעקעריי?
די גרעסטע צאל מוזיק טעיפס?
די גרעסטע פאליטישע כח אין די רעגירונג?
די גרעסטע צאל גבאים אין חסידים וואס גייען אייביג מיטן רבי?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2005 07:12 לינק ישיר 

בארא פארקער: לויט דיינע ווערטער דארף די רייע גיין ווי פאלגנד: פאפא גור בעלז באבוב באיאן...
איין איינציגער באשעפער ווייסט ווי באבוב קומט דא אריין אין בילד; נישט קיין חסידות, נישט קיין עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2005 18:14 לינק ישיר 

גער האט אויפן רשימה מער חסידים פון סאטמאר.

גער ראש השנה איז דא מער אידן ווי אין ראדני אין קרית יואל צוזאמען.

למעשה האט גער אין ארץ ישראל אליין זיבן טויזנעט אידן, סאטמאר האט געמאכט וואלן האבען אהורנים געזאגט אז עס איז דא פיר אהאלב טויזנעט אידן אין די זאליס האבען געזאגט 3200 אן קרית יואל.

פארשטייט זיך אז אין סאטמאר וועסטו בלאזען נאמבער'ס און אין גער וועסטו וועלן וויסן די ריכטיגע ציפערן ביסטו גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2005 10:09 לינק ישיר 

איך האב לעצטנס געזען א אשכול אינעם פארום "בחצרות החסידים" וואו עס ווערן אוסגערעכענט די ציפערן פון דער גערער חסידות.

לויט זיי קומט אויס אז מען רעדט פון ארום זיבן ביז זיבן און א האלב טויזנט משפחות (פון די זענען זיכער אויך נישט אלע קיין פייערדיגע חסידים פון היינטיגן רבי'ן).

אויב איז דאס אמת, וואלט איך זיי געשטעלט איינס אונטער די אהרונים, פאר די זאלי'ס.

(אריינצוגיין אין דעם פארום דארפט איר בעטן רשות כניסה)
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1555201



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2005 21:23 לינק ישיר 

אויב די גרעסטע חסידים נעמט אריין,ווער עס האט גרויסע בנינים קען מען רעכענען ר' זלמן לייב טייטלבוים, קאליב, אין נדבורנה.

אויב מען רעכנט וויפיל מענטשען עס איז דא, קען מען נישט רעכענען די דריי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2005 02:24 לינק ישיר 

איז לכאורה ווען מען רעדט וועגען די גרעסטע חסידות, וואלט מען געדארפט נעמען גור בעלז באבוב באיאן וכדומה. די גרעסטע דערווייל איז גור.
בעלז איז אבער די גרעסטע אין די שטערקסטע, ער האט די עולם אין די האנט, און כמעט די גאנצע עולם איז מיט איין דעה, איז זיי זענען זיינע חסידים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 22:26 לינק ישיר 

עפשטיין אין פוינט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2005 22:05 לינק ישיר 

קיינער זאגט נישט אז סאטמאר איז א חסידות, סאטמאר איז באמת א קהילה.

אבער די קהילה זענען פון חסידים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 20:08 לינק ישיר 

היה כבר אשכול בנושא הזה כאן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 19:43 לינק ישיר 

געשמאקער
דיין תירוץ אז אין סאטמאר גיט מען יא קוויטלעך פאר אנדערע רבי'ס גיט נאר מער צו אויף דער טענה אז סאטמאר איז נישט קיין חסידות, נאר א קהילה.

אין א "חסידות" גיט מען קוויטלעך, נישטא קיין חסידות ווי מען גיט נישט קיין קוויטעל פאר די רבי, און אז נישט מיינט עס אז עס נישט קיין חסידות.
זאל זיין וועגען אין "סאטמאר" גלייבט נישט אין רביס, נאר מען גלייבט אלע שטותים אז האבען די מאנאפאל אויף אידישקייט (סארי), וועגען דעם זענען זיי א חסידות?
די ליטאים גלייבען אויך נישט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 08:31 לינק ישיר 

דאן מעק עס אויס פון דיין הארד דרייוו..אויב עס באדערט דיר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2005 07:56 לינק ישיר 

גישמאקער טייערער

דיין גאנצער שמועס וויאזוי דו ביסט א מבין אין "חסידות" וואלט געהאט מעהר נאמנות ווען נישט דאס פאלגענדע איין פאקט'ל

אין יעדע איינצעלנע תגובה דיינע אין דעהם אשכול. מוזטו דערמאנען בגדי נשים...

(חוץ מתגובה אחת בשם הרב מיארמע)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2005 06:57 לינק ישיר 

ענטשולדיגט, דאנקע פארן מעיר זיין

די הערה וועגן לוי', נפלה טעות ע,י הבחור הזעצער וחסורי מחסרא והכי קתנא:

אפשר דאס, ביי א לוי' קען מען יא מעסטן דעם כמות... ?

איר פארשטייט דעם חילוק? אויב קען מען ביי א חתונה דאן קען מען ביי א לוי' זיכער, מכוח שעפסעלעס חידוש.. דאס האב איך געמינט.


די חסידות פון ליובאווטט טוט אפ די אלע מעשים וואס קיין שום אנדערע חסידות טוט נישט, און אלעס מיטן שלייער פון חסידות. אנגעהויבן ביין טיילן דאלאר'ס פאר נשים אזאך וואס קיין חסידות שבכדור וואלט קיינמאל זיך נשיט געטרויט צו טוהן, נאכער דאס מקיל זיין באלו הענינים און דאס http://chabad.info/index.php?url=article_he&id=11126 אויך.
ובכן גייען די נשים אויפן שוואכסטן צניעות פון אלע חסידות, מיטן איצטלא דרבנן.
טאנצן דער רעבי האט געהייסן פריילאך זיין.
ומלאה הארץ דעה, האט דאס דער בעל שם הקדוש געמיינט?!


ר' מנשה פילאפ שליטא איז א איד וואס בלוטיגט אויפן מצב הדור, ליידער קיינער איז נישט אינטערעסירט וועגן ציונות אגודה, והמסתעף, ער שרייט ווייל ס'טוט אים וויי, כפשוטו ער וויינט כסדר ווענ ער רעדט דערפון, רחמנא ליבא בעיא.
נעם אין אכט, ער איז נישט קיין משפיע אדער בעל מוסר אין ציגלייך צו הרב שך עובדי' יוסף וכו', אדער ליטווישע בעלי מוסר. און אפילו זיי האט מען אויך לעצטענס געמאכט פאר אן אפגאט.

סאטמאר איז בגשמיות נישט ערגער ווי עני חסידות שבעולם, עס איז א מצב הדור א שפל'דיגע מצב ליידער, וויליאמסבורג וויל געפעלן איינער דעם אנדערן און ב"פ זיכט יעדער וואס מער אויסגעלאסן, איינער עסט קריעם קעיק און איינער עסט קאקאש קעיק ביידע ווערן פארשמירט.

און אויך ברוחניות. זיי גייען נישט קיין קוויטלאך ווייל זיי זענען אזוי געשטעלט געווארן, מען קען זיי נישט פארקויפן קיין תורת לאקשן דער פליט אין הימל דער איז העליג.. דער ציהט ארויס א דיבוק און ביי יענעם רעדן די פיש. איין אמת'ער ערליכער איד שלא לשם אישית.. וועלן זיי יא גיין מיט א קוויטל וסקולענער רבי שליטא יוכיח, וספינקא רבי זי"ע יוכיח ועוד ועוד.

נשתכחה תורת הבע"ש, איז א ענין נישט פאר גולשי הפארק, נישט איך נישט איר ווייסט וואס דער בע"ש הקדוש האט פונקליך געוואלט מגלה זיין אויף דעם עולם, אפשר אלעס חוץ דעם וואס ליובאוויטש טוט.

די חסידות פון ליובאווישט איז נאר אן איצטלא. אבער געדענק, איך רעד אין אלגעמיין פונקט ווי איר רעדט פון סאטמאר אין אלגעמיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די גרעסטע חסידות'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext