ס'דאך אבער פאר שב"ק
צו שפעט צו קויפן די טעיפם פונ'ם אלטן גוטמאן.
נאר וואשזעדען? סדא איין עצה.
לערן אדורך גוט די דקדוק רש"י פרשת וישלח והיה המחנה הנשאר לפליטה.
צו דו וועסט זיך אויס לערנען מבחין זיין פון א לשון זכר צו לשון נקיבה? ווייס איך נישט.
אבער דו וועסט כאטש גיוואהר ווערן ווי אזוי סהאט געהייסן דער ערשטער שלעגער פון וועמען יידן האבן געליטן.
בענין הרב החותם קעגען די טראגעדיגע,
פרעג איהם צו זיין מאמע האט יא געטראגן? אדער ער איז געבוירען פון א זיווג שני.
כ'מוז לויפן, די מיסיס כאפט זיך.
אגוטן שבת
תוקן על ידי - baachi - 11/06/2005 0:57:20
נשלח ב-11/6/2005 00:29
באטשי
מאך מיך נישט לאכן יעצט...
ס'יז ערב שבת מ'דארף זאמלן כוחות צו קענען באלד שרייען!
אודאי אויב די נשים זענען נישט טראגעדיג דעמאלט ווער יא?....
ולענין הדקדוק מצינו בדומה לו: א פיהר 'רומיגע' דירה...
נשלח ב-11/6/2005 00:20
גיפערליך
דאס איז דיין עונש אויף שעלטן יידען
קודם זעהסטו נאקעטע חב"ד נשים
יעצט זעהסטו שוין מענער וואס זענען טראגעדיג
איך האב מורא דו האסט א פראבלעם מיט'ן דקדוק.
קויף גוטמאן'ס טעיפס.
אגוט שבת
נשלח ב-10/6/2005 21:32
ווען איך בין אינדערהיים אויף שבת קים איך אן אין מקווה א שעה נאכן זמן ווען איך קים ארויס האלט מען שוין ביי מעריב איך זיץ זיך אראפ מיט מיינע באדיס פאברענגען און לערנען אור החיים הקדוש ביז בערך א האלבע שעה נאכן דאווענען נאכער זאגט מען גוט שבת פארן רבין שליטא און מען גייט אהיים שלאפן
שבת אינדעפרי דאווענט מען 11:00 אזייגער סא קען איך פארברענגען נאכן סעודה א 2 שעה קומען זיך צוזאם חסידים ואנשי מעשה און מען מאכט א באטע אזוי ווי עס דארף צי זיין און מען שטייט אויף 11-11:30 ביז מען טרינקט א קאווע און ביז מען גייט און מקווה אקיצור מען קומט ארויס ביים ליינען איך זיץ די אנדערע עק ביהמ"ד סא הער איך סייווי נישט גארנישט קען איך שמועסן און פארברענגן ביז איך הער די רביןס קרעכצען ביי מוסף וואס דאס הערט מען אין די גאנצע ביהמ"ד,
נשלח ב-10/6/2005 20:49
איך דאווען נאר אין די שוהלן וואס דער רב האט אינטערגעשריבן מען זאל נישט אריינקומען טראגעדיגערהייט!
דער ערשטער איז דער רדב"ז (כמו ראשון) וועלכער פסקנ'ט אז מען מעג גיין דאווענען אין א קליינע שול, אויב דאס דאווענען אין א גרויסע שול שטערט צו די כוונה, וכדו'.
עס איז דא דערין אן אריכות גדול אין די פוסקים, לגבי יעדע מצוה וואס מען דארף טון בציבור.