טויזענטער אידן בלי שום גוזמא תושבי ב"פ ובראשם רבנים גאונים שליט"א האבן זיך משתתף געווען ביי די מעמד קידושא רבא אינעם נייעם ביהמ"ד אויף 42 ווי עס האבן מיטגעהאלטן די וואך די תפילות אריבער 200 אידן.
די שמחה איז געווען טאפעלט איינס, לכבוד די חנוכת הבית און צווייטענס לרגל הולדת הבת.
רבני ודייני הקהלות זענען געקומען לכבודו פונעם דיין אפגעבן מזל טוב, עס האבן זיך ספעציעל אנגעזעהן רבנים ודיינים מפורסמים ווי הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א אבד"ק סערדאהעל, הגה"צ ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ קיט"ל 15 וכו וכו' ווי אויך האבן מיטגעדאווענט דארט די ראשי קהלה, ביים ליינען האט מען געהערט נדבות להחזקת הביהמ"ד ווי דער ציבור האט זיך זייער ווארעם אנגערופן.
|
|