ניגונים מעניני דיומא: שבועות
ביי אונז אידישע קינדער ווען מען זעצט זיך צוזאם ביי די שבת ויו"ט סעודות, ניצט מען אויס די געוואלדיגע געלעגנהייט אפצוגעבן א שבח והודי' צו השי"ת דורך שירות ותשבחות, ווי אויך הארציגע תפילות בקשות
נגינה האט א מוראדיגן כח כידוע, א ווארעמער ניגון קען אמאל צולאזן אפילו א הארץ פון שטיין, נגינה איז בפרט היינט א וואונדערליכער אופן נאענט צו ווערן צו השי"ת, און א שבת אדער יו"ט טיש טראגט אן אנדערן פנים ווען מזינגט שיינע הארציגע ניגונים
אויף שבת האבן מיר א גאנצען זמירות, ווען סקומט אבער צו א יו"ט דארף מען געווענליך דורכבליקן אין מחזור צו זען וואס איז נוגע מעניני דיומא, אסאך מאל מוז מען ארויסקוועטשן עפעס פון מערבות אדער יוצרות ווען פאקטיש איז דא אן א שיעור ניגונים אויף פסוקים ומאמרי חז"ל וואס זענען צוגעפאסט צו פארשידענע ימים טובים, נאר נישט אלעמאל געדענקט מען
דעריבער שטעל כדא ארויף צאמגעקליבענע ניגונים וואס זענען ספעציעל צוגעפאסט לכבוד יו"ט שבועות הבעל"ט, כוועל ערשט אנצייכענען דעם ניגון און נאכדעם אויסגעקליבענע זינגערס וואס זינגען דאס און לענ"ד איז דאס צוגעפאסט לענינינו, כוועל אויך צוצייכענען אויב כווייס פון וועלכע טעיפ סקומט (אפאר מאל איז די ניגון אויך די נאמען פונעם טעיפ דערמאן איך עס נישט נאכאמאל)
סזענען זיכער דא צענדליגע מער און כהאב בלויז געלייגט פון מיין לייברערי לויט מיין טעם דערפאר איז אוודאי דא אויסגעלאזטע ניגונים וואס זענען פאסיג, און יעדער איז מכובד צוצולייגן און פארשלאגן, אדרבה ואדרבה
ניגוני יום טוב - שבועות
צוגעפאסטע, וועלטליכע און באקאנטע, שבועות ניגונים:
משה אמת ותורתו אמת, תורה צוה לנו משה, נגיל ונשיש, כד יתבון ישראל, אני מאמין, כי לקח טוב, תורת ד' תמימה, כאיל תערוג, וטהר לבנו, ותן בהו, ושובו אל ד'
תפילות ופסוקים לפי סדר א"ב:
ניגון: אבינו אב הרחמן
חיים באנעט
ניגון: אדון הכל
אייזיק האניג
ניגון: אחת שאלתי מאת ד'
דוב האפמאן-תורה הקדושה, JJ Fried 100% -מאה אחוז, אברהם פריד-אדרבה, מרדכי בן דוד-הננו, מרדכי בן דוד-וכל מאמינים, צליל וזמר
ניגון: די תורה
יו"ט ערליך / אברהם פריד-אידישע אוצרות א'
ניגון: הגלה נא
חב"ד / אברהם פריד-אבינו מלכנו
ניגון: הוא יפתח לבנו
מרדכי בן דוד-דאבעל אלבוים, שוועקי -ידיד
ניגון: ובשירי דוד
אייזיק האניג-שמח
ניגון: והאר עינינו
קרליבך
ניגון: ושים חלקנו עמהם
מרדכי בן דוד
ניגון: והערב נא
יודל ווערצבערגער, מרדכי בן דוד-דאבעל אלבוים, שוועקי-ידיד
ניגון: ידיד נפש
מרדכי בן דוד-Hold on, אברהם פריד-We are Ready, גאלדמאן-פרנסה, אברהם (עבי) ראטענבערג-אש1
ניגון: כה אמר ד'
מרדכי בן דוד-Yerushalayim our Home, מיכאל פראזאנסקי -אשריך
ניגון: כי הם חיינו
גאלדמאן-פרנסה
ניגון: כי המצוה הזאת - לא בשמים היא
אברהם פריד-אדרבה
ניגון: לב טהור
גאלדמאן-חזק, אביש בראדט-ויצמח
ניגון: לולא תורתך
סקולען, גאלדמאן-שמחתי, קרליבך
ניגון: לעולם לא אשכח
קרליבך
ניגון: מה טובו אוהליך יעקב
מלכותו נצח, שטרייכר (קרליבך), שלמה שמחה - אש2
ניגון: מי יעלה בהר ד'
JJ Fried 100% -מאה אחוז
ניגון: מרגלא בפומי' דר' מאיר
מענדי ווערדיגער-אני הולך בשמחה
ניגון: פתח לבי בתורתך
מענדי וואלד-אנחנו עמך
ניגון: צמאה נפשי
חב"ד, אברהם פריד-Forever One
ניגון: רצה הקב"ה לזכות את ישראל
דדי-אדון השלום
ניגון: רצונך שתכיר
מונה 4
ניגון: שטר התנאים
אברהם פריד
ניגון: תורה הקדושה
דוב האפמאן
אנדערע ניגונים וואס זענען גאנץ פאסיג:
יו"ט ערליך - איך האב געווארט, מרדכי בן דוד - גלות מצרים (Let My People Go), אברהם פריד - טאטעניו (Forever One), ודבריו (חזק), שוועקי - שמעתי, בן בג בג (ידיד), עץ חיים היא - עמית ליסטוואנד (בעזרת השם)
כלליותדיגע הארציגע ניגונים:
רצה ד' אלוקינו, רחם, פתח שערי שמים, אהבת עולם, שמחתי, אליו, א אידעלע
כהאף איר וועט הנאה האבן פון די רשימה, דער עולם איז מכובד צוצולייגן ניגונים לויט אייער טעם און געשמאק, דער עיקר איז אז סזאל זיין פינו מלא שירה כים
א פרייליכן יו"ט
 |
|
|