איך האב שוין לאנג מעורר געווען די חשובע באבובע חסידים אז אויב זיי פארמאגן אזא שיינע ק-ה רבון עלם, זאלן זיי עס ארויסגעבן צו די גאס און נישט באהאלטן פאר זיך.
כידוע זינגט עס דער עולם פאלש, און די ריכטיגע תנועות וואס ברענגט ארויס די טיפע כוונות און ערקלערט אומצוויידייטיג די טיפסטע אידישע נאסטלעגיע צום גאולה שלימה "איי איי איי פרוק ית ענך מפום אריותא", קען מען בלויז הערן פון א באבובער בעל יכולת.
נישט איינמאל ווען איר שפאצירט געמיטליך פרייטאג צונאכטס צום זכר ווערט איר צוגעשמידט צום סייד וואלק הערנדיג נעימותדיגע אויסגעמישטע קלאנגען פון תינוקות של בית רבן ביים טאטנס טיש זינגענדיג די קה רבון עלם ניגון.
אין איין ווארט איז איז דער ניגון פון קה רבון עלם פשוטע פירוש המלות, עס ברענגט ארויס די פשוטע פשט וואס מיר פארלאנגען פון אבינו אב הרחמן. א ניגון מיט אלע פיטשיווקעס.
נאר מה נעשה אז זדים קמו עליו, צוליב די הארציגע תנועות איז דאס ליידער אריבער צום סיטרא אחרא, און ביי פילע טעיאטערס פלעגט מען עס זינגען.
און די פארשפרייטע נוסח איז טאקע דאס וואס די פורקי עול האבן משנה געווען, א ירידה לצורך ירידה, נישט פראקטיש, און אויסדרייענדיג דעם ניגון האבן זיי אויך אוועקגעדרייט די ריכטונג פון די שינעס צו וואו די ניגוון האט געצילעוועט.
יעצט הער איך פון קראנטע מקורות אז דער בקשה איז ב"ה ערפילט געווארן און מען הערט שוין פאזיטיווע אנטוויקלונגען אין דעם הינזיכט.
פישל בייגל? עקזיסטירט בכלל אזא נאמען?, די אינפארמאציע האב איך באקומען אז ער גיט ארויס יעצט א טעיפ וואס וועט ענדליך אנטהאלטן דעם לאנגערווארטעטען באבובער קה רבון עלם
דער זעלבער קוואל גיט אבער אויך איבער אז ביי למקדשך טוב וועט עס נאך אלץ נישט זיין אקוראט גענוי די ריכטיגע קנייטשן, אבער יהיה לו אשר לו. מיר אלע ווארטן אויף עס.
ווייסט איינער מער אינפארמאציע?
נשלח ב-31/3/2006 01:11
OK B"H the album is done
דער נאמען איז שבחין אסדר
will IY"H be released either lag bomer or before shevuos
נשלח ב-26/1/2006 18:16
יישר כח
דער אייבשטער זאל ווייטער העלפן.
נשלח ב-25/1/2006 19:30
.I had the opportunity to listen in a bit on the new Koh Ribon For those of you that are expecting a symphonic masterpiece, your in for a treat Magnificent arrangements, very rich choirs, huge strings, a true materpiece I hope that Happyjew will keep us posted as to when this album will hit the stores
עס איז למעשה א טובה אז עס איז אזוי אויסקעקומען ווייל יעצט זענען די צוויי כמעט ווי צוויי אנדערע ניגונים.
תוקן על ידי - happyjew - 06/11/2005 17:55:59
נשלח ב-4/11/2005 16:53
איך בין שנעל געלאפן קויפן די טעיפ, עס איז באמת א תוכנדיגע טעיפ, די ספרים געשעפט זאגט מיר אז עס גייט ווי מצה וואסער. אייגענטליך א מוסר השכל אז די ארגינעלע חסידישע ניגונים איז נאך עני טיים אזא גוט אייטעם ווי 'אבי מלעבט'...
אבער... איך בין זייער אנטוישט, דער קה רבון עלם זינגט די גאנצע וועלט, אן קיין שום חידושים. עס איז נישט די ארגינעלע באבובע קה רבון עלם (ביני לביני האב איך שוין כמה פעמים אריינגעכאפט צו הערן די ארגינעלע קה רבון עלם).
ר' יוסף משה, יישר כח פאר דיין שיינע ארבעט.
נשלח ב-3/11/2005 16:39
This is that "other tape" I mentioned earlier in this thread that has this song