עס איז א שיין בילד.
ביי מיר איז ר' פישעל'ע דער פוסק הדור, בדרגא עם הרב אלישב או יותר ....
ר' פישעל'ע איז פון מונקאטש ער איז טאקע ארגינעל א סאפינקער חסיד (לכבוד דעם איז ער אויך א בקי נפלא בספרי קבלה)
[אגב:דער מנחת אלעזר האט שטארק געלייגט כוחות אז דער חקל יצחק זאל פארלאזען מונקאטש אבער אנדערש ווי מיט בעלזער רב זענען זיי געקומען צו הסכם און דער מנ"א האט געצולט תבין ותקילין אז ער זאל זיך אריבער ציען קיין סעליש]
מן הסתם געדענקט ער דעם מנחת אלעזר.
ר' פישעלע האט מיר פארציילט אז ער האט רוב תורתו קונה געוועהן אין דעם סאפינקער קלויז אין מונקאטש. דער קלויז האט געהאט א סאך ספרים מיט שיינע אידען תלמידי חכמים, וואס ביי זיי האט ער געלערנט פון זיין בר מצוה אהן! אבער אין קיין 'פארמאלע' ישיבה האט ער נישט געלערנט.
אפשר איז איז דאס א לימוד אז צו ווערן א גדול איז נישט אלע מאהל א ישיבה מיט איר'ע באגרענעצונגען א מקום מוכשר צו שטייגען...
|
|