בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ויהי בימי קציר חטים.....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2005 19:23 לינק ישיר 


verbineech

אז די ווייסט שוין יא, אפשר ביסטו אונז אויך מגלה דעם סוד?

וואס גייט דארט פאר אין די מצה בעקעריס, אז זיי פילען נישט פאר וויכטיג אדורך צו טוהן די שאלה געהעריג, בהשתתפות ת"ח חשובים?

און בהשתתפות פון די לומדים אין שטאט, וכמו שהיה נהוג מקדמת דנא, ביי אלע הלכה'דיגע מחלוקת'ן, בפרט אז ס'איז שייך פאר יעדען איינעם בפרט?



בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2005 21:14 לינק ישיר 

כבוד הרב ר' איד שליט"א

די שאלה איז דורך געטאן געווארן דורך די רבנים וואס געבען די השגחה אויף די מצות.

אין כל הכבוד להרבנים המכשירים שליט"א אז זיי האבעןגעהאנדלט ווי אמאליגע רבנים,
אז די שאלה איז דן געווארן נאר און איך באטאן נאר צווישן זיי
און זיי האבן נישט משפיל גיווען דעם כבוד הרבנות מיטן ארויס גיין אויף די גאס אז א יעדער בעה"ב זאל זאגען זיין מיינונג.

דו פארלאזט זיך ממילא אויף די רבנים איז דאס זייער אחריות.

האסט א ברירה קענסט גיין
שניידן
דרעשען
ווינדשאוולען
קלויבען
מאהלען
זיפען
קנעטען
וועלגערען
רעדלען
באקען
דיינע אייגענע שמורה מצות
ס'איז א פרייע מדינה מ'פארקויפט פאר א יעדן ווייץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2005 22:18 לינק ישיר 


רבי לעבען, די שרייבסט,

<אין כל הכבוד להרבנים המכשירים שליט"א אז זיי האבען געהאנדלט ווי אמאליגע רבנים, אז די שאלה איז דן געווארן נאר און איך באטאן נאר צווישן זיי>

וואס איז דער "כל הכבוד" פאר מענטשען וואס האבען מורא פאר זייער הויט, און ציטערען צו שרייבען א שאלה מיט א תשובה, ערקלערענדיג די מציאות'ן, און די נימוקים ע"פ הלכה אויף וואס זיי פארלאזען זיך?

וועלכע אמאליגע רבנים ווייסטו, וואס האבען מונע געוועהן פון א שאלה, (וואס האט אגב, נישט א קשר צו פאליטיק), פון אהנקומען לאוזני שאר ת"ח שבעיר?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2005 22:30 לינק ישיר 


א אינטערעסאנטע מאמר וואס קען אפשר זיין ממין הענין:



"ושמעתי פעם מפי הגאון רבי יעקב גלינסקי שליט"א, ששאל אותו רופא:- "למה נאמר במשנה בסוף קידושין: - "טוב שברופאים לגיהנום".

והרב שאל אותו הרופא:- "תגיד לי, האם יש ברפואה ספר של שאלות ותשובות, כדוגמת שו"ת הרמב"ם, שו"ת הרמב"ן, הרשב"א ועוד אלפי שו"תים?"

והרופא חשב וענה שלא ראה ספר כזה המיועד לרופא אשר אינו יודע איך לטפל בחולה מסוים, והוא שואל אצל רופא גדול יותר מה לעשות, כיון שזו בושה לרופא לשאול את הרופא השני שאלה ועצה על מה שהוא לא יודע. הרי רופא חייב לדעת הכל לעניות דעתו, ואם אינו יודע - אסור שידעו זאת. ולכן הוא עושה מה שנראה לו לעניות דעתו,

מה שאין כן אצל גדולי ישראל חכמי התורה. כשרב עיר ואב בית דין מעיר פלונית לא ידע מה ההלכה במקרה מסובך בהלכות עגונות או שבת וכיו"ב, היה פונה לרב גדול ממנו כגון לרשב"א או לחתם סופר והיה שואל כדת מה לעשות."

ע"כ ודוק



בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2005 23:09 לינק ישיר 

האסט א ברירה פארלאז זיך נישט אויף זיי.
אויב איז זיי עפעס שווער ווייסן זיי אליינס ווי נאכצוקוקען די הלכה, און זיי קענען אויך די טעלעפאן נומבערס פון די גדולי הרבנים שליט"א אן דעם וואס מ'זאל דאס לופטערען דא אויפן אינטערנעט אדער און די כוללים.

סאיז נישט וויכטיג צו מאכן א פורים פון אזא ערנסטע שאלה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2005 23:34 לינק ישיר 

שרייבסט:

<האסט א ברירה פארלאז זיך נישט אויף זיי>

אז די פארקויפסט א פראדוקט, און אויפען פעקעדשינג שרייבסטו א זאך וואס ס'איז נישט, איז עס נישט גניבה? אדער לפחות אונאה?

מה נשתנה אונזערע (מכלומר'שטע) רבנים, וואס האבען זיך (אזוי צוזאגען) געפרעגט ביי (אזוי גערופענע) גדולי הרבנים, וואס פילען די רעכט נישט ארויף צו שרייבען אויפען באקסעל, אז לשיטת הד"ח (אשר רוב הקונים מצות שלהם ילכו לאורו) קען מען מיט דיע מצות נישט יוצא זיין ידי חובת מצה ווייל ס'איז נישט מצה שמורה אפילו לויט די דעות המקילים?

אודאי וועל איך בלי"נ בע"ה זיך נישט פארלאזען אויף זייער הכשר לגבי די מעהל,


שרייבסטו ווייטער:

<סאיז נישט וויכטיג צו מאכן א פורים פון אזא ערנסטע שאלה>

א וויכוח אין די כוללים איז א פורים?

א וויכוח אין קובצים תורניים איז א פורים?

מצפה להבהרה.

--------------------------------

די ערענסטע שאלה וואס קומט ארויס פון אונזער גאנצע שמועס, איז נאר, אז אויב האבען די רבנים טאקע יא געוויסט פון דעם שאלה פאר א לענגערע צייט, וואס איז דאס דער באלעבאטישקייט אויף אונזער אידישקייט וואס ער רעדט זיך איין אז ער האט?

ס'מאכט מיר פשוט בויך וויי, ווען איך טראכט ווי נאך דער שתלטנים אויף אונזער אידישקייט האבען שוין אריין געשטעקט זייערע פינגער.

וד"ל.



בהוקרה,
דזשיד



תוקן על ידי - jid_613 - 22/06/2005 0:32:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ויהי בימי קציר חטים.....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.