בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דיסקרימינאציע, ווען יא און ווען נישט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2005 07:34 לינק ישיר 
דיסקרימינאציע, ווען יא און ווען נישט

"מיר גרייטן זיך אריינצוגעבן א 'דיסקרימינאציע לאוסוט' קעגן די שפאנישע געמיינדע" ליינט זיך פאלאקאטן אויף די וומ"ס'ע גאסן. (געשריבן פון זכרון) בייגעלייגט, זעט זיך א בילד וואו א פארברעכער, אנגעטוהן מיט הענטשוך, ברעכט זיך איין אין א פענסטער.

אין מח ווירבעלט מיר אייניגע שאלות, אויף וואס עס דאכט זיך מיר אז איך ווייס די תירוצים.

וואספארא רעאקציע קען מען ערווארטן פון די שפאנישע געמיינדע, אויף אזא אנקלאגע?

וועלן די געמיטער מיט די שכנים ווערן גאר אנגעצויגן? אדער נאר טיילוייז אנגעצויגן?

אדער, וועט אזא לאוסאוט העלפן בויען געמיינזאמע פארשטענדעניש?

איז דא א מציאות, אפי' אויב נאר א ווייטע, אז א איד וועט ווערן נאכגעשריגן, געשפיגן, וואנדאלאזירט, אדער גאר געשעדיגט, צוליב די אנקלאגע?

נאכן זיך זעלבסט ענטפערן זי פראגן בליצט מיר אויף א שאלה.

וואס וואלט געווען ווען די "לאוסוט" ווערט אריינגעגעבן דורך עמיצן וואס איז אפיליאירט מיט אהרן ט"ב?

איך דארף נישט מער וואו צוריקבליקן וואס זענען געשריבן געווארן ביי די מערכה געגן די פייפליין אין ק"י. אזוינע ווערטער וואו "דיסקרימינאציע" אדער "לאוסוט" זענען שוין היינט סינאנים מיט א באשולדיגונגס"התגרות באומות". א קאנצעפט וואס איז אין מיין מיינונג ארטופישעל.

אלענפאלס שיינט מיר אז, וואס עס מיינט "התגרות" און ווער ס'איז "אומות", טראגט מיט זיך א דאובעל סטאנדארד.

אין אנדערע ווערטער: מאנכע ווערן דיסקרימענירט פון זייערע רעכטן צו קלאגן פאר דעסקרימינאציע...







אגב. וואו מעג מען מחייב זיין אידן זאלן באצאלן געלט, אז אנדערע אידן זאלן קענען וואוינען אין די פראדזשעקס, אינדערצייט וואס קאשוי'ער רב הכ"מ האט אזוי מרעיש עולמות געווען דערקעגן???



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2005 16:48 לינק ישיר 

איך הער אז לעצטענס איז די פראדשעקטס שרעקליך, אידן ציען זיך ארויס איינס ביי איינס, ווייל מ'באקומט "סעקשן 8" שטאטס די אפארטמענט, און ממש יעדע VACENT דירה ווערט איבערגענומען מיט די ערגסטע עלמענטן.

די INDEPENDENCE פראדשעקטס אויף בעדפארד הער איך איז ממש געפערליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2005 05:02 לינק ישיר 

jid



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2005 04:27 לינק ישיר 


און ווען משה גבאי האט פארשטאנען אז מ'מעג מאנען די שווייצער רעגירונג, איז דען דעמאלטס געוועהן א רעדע פון התגרות באומות?

ס'איז דא א אלטע כלל ביי דער נישט סאטמארע עולם,

א זאך וואס קען ווערען אויסגעטייטשט דורך סיי וועמען אז ס'איז התגרות באומות, דאס האבען נאר די היימישער א רעכט צו מאכען.... ווייל נאר זיי פארשטייען ריכטיג וואס דאס איז די שיטה.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 22:36 לינק ישיר 

איז דאס נייעס אין וויליאמסבורג?

ארטיסטען, אינסינירעטאר, וכדומה זענען אלעמאל געווארן געהאנדלט מיטן גרעסער מאס חוצפה אין האס, ווי מער אויפ-צורעגן די גוים.


what else is new?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 08:32 לינק ישיר 

איך דארף מיך יעצט שעמען, פארן נישט פארשטיין וואס די שרייבסט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 08:28 לינק ישיר 

בדעבד

דו ערוואטסט מסתמא אז ס'אל געשען אין וויליאמסבורג דאס וואס דו טוסט יעצט אין דעם אשכול?!



תוקן על ידי - geferlich - 19/06/2005 8:57:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 08:22 לינק ישיר 

געפעליך:

מיך גייט עס אין קרעפיל אריין.

מיין ציל איז ארויסצוהייבן דאובעל סטאנדארט, די אינטערעסאנטע שטיל שווייגעניש וואס נעמט איין וומ"ס, ווען עפעס קען נישט געניצט ווערן צו דערטרענקן אהרן ט"ב.

עס פעלט זיך אויס צו זיין א "היי פראפייל" ארוני צו קענען לינקן א סקאנדאל. סתם א פריוואטע ארוני וועט נישט קליקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 08:18 לינק ישיר 

דעס לייגט צו ספייס צו די מעשה.

מ'קלאגט די "סיטי".

די אנקלאגע וועט אפעקטירן די "שפאנישע"

צוויי סיבות, אויף צו שרייען התגרות.(פאר די וואס גלייכן דאס)

לאמיר נישט פארגעסן, די קאמף איז שוין איינמאל אויסגעקעמפט און פארלוירן געווארן.

אויב די געדענקסט ווי פערזענליך די שפאנישע געמיינדע האט עס גענימען דאס לעצטע מאל, וואלסטו פארשטיינען וואס איך מיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 08:17 לינק ישיר 

ווי איך פארשטיי איז פדןארם גערעכט

די דיסקרימינאציע קלאגע איז אקעגן די האוזינג אוטאריטי,

די פלאקאטן זענען בלויז צו באיינפלוסן דעם עולם, ווען במציאות ווערט די געגנט מער באזעצט מיט געמיינע פארטריקאנער, דערמיט שטייגט די צאל פארברעכענס כמובן.

ובענין קאשויער רב" זצ"ל. [איך מיין אז ער האט דאס געזאגט אויף קלעמענטי נישט אויף די אנדערע.]
דער וואס פירט אהן מיט דעם אקציע איז לפי ידיעתי אן ארוני מיסודו, ער מיינט עס ערענסט און האלט דערביי, ס'יז כדאי אים צו פרעגן ער האט פאר יעדע באמערקונג א גוטן תירוץ.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 07:58 לינק ישיר 

דער לאוסוט איז נישט קעגן די שפאנישע געמיינדע, דער לאוסוט איז אנטקעגן די סיטי פאר נישט אננעמען אידישע אפליקעציאס פאר פראדשעקט דירות.
עס איז שוין יארן װאס זיי האבן ארויפגעלייגט א פריז אויף אידען װײל די אידן האבן געהאט זײער א גרויסע פארצענט פון די דירות.
די שאלה איז צו דער פריז איז לעגאל, און דאס איז װאס מען װעט געװאור װערן פונעם פסק פון דעם לאוסוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דיסקרימינאציע, ווען יא און ווען נישט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext