בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א נייער טו-פעיסער אויף דער וועלט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/6/2005 11:08 לינק ישיר 
א נייער טו-פעיסער אויף דער וועלט!

כאילו מיר האבן נישט גענוג טו-פעיסער'ס (אחד בפה ואחד בלב בלע"ז...) אויף אונזער קליין וועלטל, קומט א ידיעה פון אראגאן (איינער פון די שטעט פון די פאראייניגטע שטאטן, פאר ווער עס האט פארפירט ביי ענגליש און געווארפן אראנדש שאלעכץ אויפן טיטשער...) אז א נייער טו-פעיסער איז געבוירען געווארען. לא די אז ער איז א טו-פעיסער איז ער א פראסטע קאץ!...

כאפט א בליק:

http://www.foxnews.com/story/0,2933,159909,00.html



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 12:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

י הינטל מיט זעקסער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 11:52 לינק ישיר 

נאך איין קליינע זאך פון די גרויסע וועלט אנצופאנגען דעם וואך מיט א פרישקייט.

אין וואשינגטאן פאסט ברענגן זיי א גאנצן ארטיקל וועגן א משפחה וועלכע האבן באלד שוין 16 קינדער. זיי ברענגן עב אראפ בתור "נייעס". זעהט אויס אז דער שרייבער איז קיינמאל אין וויליאמסבורג נישט געוועהן.

http://www.washingtonpost.com/wp-dyn/content/article/2005/06/17/AR2005061701202.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 11:47 לינק ישיר 

נו, מענין לענין באותו ענין, אז מען רעדט שוין יא, איז דאך פשוט אשאד נישט צו דערמאנען וואס עס איז פארגעקומען מאסאטשוסעטס. (יא, יא, שנעל געכאפט. אויך א שטאטע פון די פאראייניגטע...) אכלל, איהר קענט דאך מן הסתם די שלעפערס וועלכע לויפן ארום זיכן קענס און פלעשער אין די מיסט קאסטענעס פון ניו יארק רבתי, בבחי' פרוטה פרוטה מצטרפת... איז אין מאסאטשוסעטס פארגעקומען אז א פרוי איז ארומגעגאנגען זיכען אין די גארבעטשעס ווען אינמיטן האט מען איהר אריינגעווארפן אין גארבעטש טראק צוזאמען מיטן גאנצן געפעק. א בראך אויף אלע גוים... כן יאבדו.

http://www.boston.com/news/local/massachusetts/articles/2005/06/17/woman_dumped_into_rear_of_garbage_truck_while_scouring_trash_bin_for_cans/



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2005 11:32 לינק ישיר 

אויב מיינט איהר אז דאס איז גענוג, ווערט מען יעצט געוואר אז אין מאלעזיע איז געפונען געווארן א קליין הינטל (פאפי בלשון עם זר...) וועלכע האט, נישט מער און נישט ווייניגער, זעקס פיס.

איהר האט אלעמאל געמיינט אז די "קליינע זאכן פון די גרויסע וועלט" איז סתם באבע מעשיות? נו, נאט אייך אין פרצוף אריין.....

http://thestar.com.my/news/story.asp?file=/2005/6/19/nation/11262103&sec=nation



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א נייער טו-פעיסער אויף דער וועלט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext