בית פורומים היי טעק

עניני דפוס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2005 20:41 לינק ישיר 
עניני דפוס

איך האב באמערקט כמה פעמים אז די עולם דא איז באהאווענט מיט עניני דפוס, וואלט איך געוואלט פארלייגן עטלליכע פון מינע ספיקות בענין זה.
קודם כל א ישר כח פון פאראויס פאר אלע וואס וועלן זיך באמיען און מהנה זיין דעם עולם מיט זייערע ידיעות.
ווי אויך וויל איך קלאר מאכען אז איך גיי נישט אריין אין די ליין, ממילא דרף קיינער נישט זיין בזארגט אז איך וועל אים עפעס אויסכאפען. איך וויל זיך אויסקענען בלויז צו ניצען פאר זיך אליין (האבי בלע"ז)
הקדמה ב'
איך מיין נישט דפוס ממש -וואס -כמדומה- איז עס א כינוי פאר "אפפסעט"- ,נאר ענדערש "הכנה לדפוס" ביודיש "דעזיין" "טייפסעט" "פעידזש לעיאוט"
הקדמה ג'
וועל מער עס אזי אויסשטעלן, מקודם וועל איך אי"ה אויסלייגן ווי אזוי איך פארשטיי עס, ואח"כ מיינע שאלות. ובמקום וואס איך וועל זיך טועה זיין זאל מען מעיר זיין (איך האב נישט קין פראפעסינעל עקספריענס ממילא אלעס איז נאר בדרך אפשר).
1
הנה, פאר "רעסטער" גרעפיק איז בלי ספק "אדאבי פאטאשאפ" די קעניג, עס האט אפ' נישט קיין ערענסטע קעגנער.
שוין אפגערעדט פון ווערסיע "סי עס 2" וואס עס איז צוגעקומען די רעוואלציונערישע "ווענעשונג פאונט", און נאך.
דערנאך איז לכאורה "דזשעי עי עס סי פעינטשאפ פרא", אבער ווי געזאגט איז עס כמעט נישט קיין פארמעסט. נאכדערצו אין די פראפעסינעל מארקעט. ווי אויך איז עס נישט עוועליבעל פאר מעק.
וכמדומה אז במשך השנים הערט מען דערפון אלץ ווייניגער.
לעצטענס איז אויך דא "פייערווארקס" פון "מעקראמידיע" און אפשר עפעס פון "קארעל" ,(דאכט זך אז "קארעל" איז געווען די ערשטע אין דעם פעלד)
איבעריג צו במערקן אז פאטאשאפ איז טאקע היבש טייערער, אבער ביי די לעצטע ווערסיע איז עס אראפ מיט $50 צו $600 .
דערנאך איז דא א "אפען סאורס" פראגראם "גימפ" וואס איז לעצטענס געווארען איבערגעארבעט אויך פאר מעק און ווינדאוס, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.
(אויב איינער האט עקספיריענס דערמיט וואלט געווען אינטערעאנט צו הערן, (נאר כ'האב מורא אז פארן היימישן עולם וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט'ן פרייז(!) איז עס ניט קיין מציאה)
איין פראגע האב איך יא, וויאזוי מאכט מען אז "היברו טעקסט" זאל זיין פון רעכטס צו לינקס אין "פאטאשאפ"?
2
פאר "וועקטאר גרעפיק" איז "אדאבי אילסטרעטאר" ווייטער די בעסטע, ובפרט און "סי עס 2" ווי עס איז צוגעקומען "לייוו טרעיס" און "לייוו פעינט". עס איז אויך דא "פריהענד" פון "מעקראמידיע" און עפעס פון "קארעל".
3
דערנאך איז דא פראגראמען פאר טייפסטינג, ווען מען דארף פשוטע טעקסט אן קיין פענסי דעזיינס.
די מערסטע באקאנט איז מן הסתם "מייקראסאפט ווארד". דא ווייס איך נישט ווי ווייט ס'גייט, צו מ'נוצט עס פאר מער עדווענסד זאכען, צב"ש פאר גאנצע קונטרסים אדער גאר ספרים, אדער זענען אנדערע פראגראמען בעסער געאייגנט דערפאר, אין אויב יא, פארוואס טאקע, צו ווייל עס איז בכלליות נישט אזוי גוט פארדעם, אדער ווייל פאר "היברו" זענען אנדערע בעסער. (והנפקא מנה בזה וועט זיין ביי "ענגליש")אין ווי אויר וועלכע פראגראמען זענען טאקע יא גוט.
4
די אלע זענען אבער די בעסטע געאייגענט פאר זייער אייגענע"ספעשעלטי" אבער ווען מ'וויל צוזאמשטעלן ביידע סיי "טעקסט" און אויך "דעזיין", ס'הייסט גאנצע פעידזשעס מיט מער ווי אפאר שורות "טעקסט" און ס'זאל זיין שיין דעזיינט, זענען קיינע פון די אויבן דערמאנטע נישט פאסיג;
דא דארף מען האבען א - ס'רופט זיר -דאכט זוך- פעידזש לעיאוט" פראגראם.
אין די אלגעמיינע וועלט איז ווי -ס'קוקט מיר אויס לאחר החקירה- איז "קווארק" די אנגענומענע פראגראם פאר דעם, עכ"פ ביז אונזער "אדאבי" האט זיך אנגערוקט מיט "אינדעזיין".
כהיום איז "קווארק" נאך אלץ מער פאפיולער אין זיי קענען נאך בעטן ארום $1300 , בעת "אינדעזיין" איז בערך $700. אבער אם כל זה איז "אינדעזיין" אסאך בעסער, לויט די אפשאצונג פין "פי סי מאגאזין" וואס האט עס געגעבן א פינף שטערנס אין א "בעסט ביי אווארד", אין נישט געקענט אנווייזען קיין שום חסרון (זייער א זעלטענע זאך, אפי' פאר "בעסט ביי'ס")
ע"כ וואס איך ווייס, נאר דא האב איך במערקט אז דער עולם נוצט א פראגראם "תג", ס'קוקט מיר אויס אז עס איז ספעציעל פאר "היברו", ובכן לאמיר הערן ענקער מיינוג , איז עס טאקע בעסער פון "איןדעזיין" מיט אנדערע זאכן אויסער"היברו" אויך?
אין וואס טוט זיך טאקע מיט "היברו" אויף "איןדעזיין" אין "קווארק"? איז עס טאקע אומבאלומפערט?
ולבסוף, וואס נוצט דער היימישע עולם די מערסטע? איז דא אזעלכע וואס נוצן ביידע פראגרעמס?
5
וואסערע פראגראם נוצט מען פאר "האלב פענסי" פלאקאטן, כ'מיין צו זאגען נישט קיין קול קורא'ס, וואס מ'קען נוצען "ווארד", און נישט קיין "פול גרעפיק" וואס צודעם נוצט מען מן הסתם "פאטאשאפ" נאר איך מיין דעי סארט וואס 85 פערצענט מודעות באשטייען פון דעם.
6
"מייקראסאפט" האט א פראגראם "פאבלישער" ווייסט איינער צו וואס מ'נוץט עס, אין מיט וואס איז אנדערש פון "ווארד"? (מיט א אובערפלעכליכע בליק קוקט עס אויס די זעלבע.)
7
וואס פאר א פראגרעמס נוצט א צייטונג? אין וואס נוצען די היימישע צייטונגען, (דאכט זיך אז עס ברויך נישט צו באדערען פאר די בעלי בתים אז מ'איז מפרסם דא, אבער עס איז זעכער בעסער זיכער צו מאכען בעפאר)
אין די זעלבע ביי "מאגאזין פארמאט" אויסגאבעס ווי למשל בליק וכדומה.


תוקן על ידי - אנאליזירער - 20/06/2005 20:49:45



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2005 16:08 לינק ישיר 

1. גימפ האט נאך א לאנגע וועג צו גיין, אבער פאר איינער וואס צאלט די פרייז און דארף נישט אלע מעלות פון פאטאשאפ איז גימפ א ביליגער אפציע.
היברו טעקסט אין פאטאשאפ איז דא דריי עצות.
--1. טייפן צוריק צווועגס.
--2. נוצן פאטאשאפ מידל איסטערן.
--3. נוצען שפיגל פונטס.

2. האסט קלאר ארויס דער בילד.

3. אונז יידעלעך פראירן צו נוצן אלעס פאר אלעס, לאמיר קלאר מאכן:
--ווארד. איז פאר סעקרעטעריאל ארבעט שרייבען בריוו, מעיל מערזש.
--אינדיזיין. איז מער געאייגנט פאר טייפסעטינג, ביכער, ספרים, צייטונגען, ליפלעטס וכדומה...
--קווארק. אזוי ווי אינדיזיין נאר אויב די האסט עס קיינמאל גענוצט, פראביר אפי'עס נישט צו קויפן ווי קוואַרק גייט באַלד (אינדיזיים געט עס ערלעדיגן) שטארבן.

4. עיין לעיל מס. 3. תג איז א תשובה פאר ספרים למעשה לדעתי איז אינדיזיין א שווערע קאמפעטישן צו תג ימים ידברו.

5. אינדיזיין, אילוסטרעיטאר.

6. פאבלישער איז גוט פאר "סקול פראזשעקטס"!

7. קווארק, אינדיזיין, רעדי-סעט-גאו.


יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2005 20:11 לינק ישיר 

יוסעלע, איך מוז דיר זאגן אז די ביסט א גאון אין אלעם.
זאג מיר נאר איין זאך. אויב איך וויל ארויסגעבן א מאגאזין, וועלכע פארגראמען דארף איך האבן? ביזדערווייל בין איך נישט קיין גרויסער מבין אין גרעפיקס, אבער אפשר לוינט זיך צו צולערנען אביסל, איך כאפ ב"ה אויף א זאך גאנץ שנעל. זאג מיר וועלכע פראגראמס איך וועל דארפן.
א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/7/2005 20:35 לינק ישיר 

די תירוץ איז:
Adobe Creative Suite 2
עס באשטייט פון 5 אפליקאציס
Photoshop צו מאכן און עדיטו ביטמעפד פיילס
Illustrator פאר וועקטאר דעזיין
InDesign פאר page layout
Acrobat
GoLive פאר אינטערנעט דיזיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2005 03:20 לינק ישיר 

What is "MIROR FONTS" ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 03:47 לינק ישיר 

כ'האב געמיינ אז די "middle eastern" ווערסיע קומט פון ADOBE
דערפאר האב איך מיר געווינדערט פארוואס איך טרעף נישט קיין זכר אויף זייער סייט
למעשה האב איך אויסגעפונען אז עס קומט פון א פירמע
font world
http://www.fontworld.com/
ביזדערוויל איז נאר דא פון CS אין נישט CS2
ס וועט זיין נאך פאר סוף פון '05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > היי טעק > עניני דפוס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext