בית פורומים באבוב

אם מזרע היהודים מרדכ"י אשר החילת לנפול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2005 05:47 לינק ישיר 
אם מזרע היהודים מרדכ"י אשר החילת לנפול

יא יא, דעם היינטיגען טאג האט נאכאמאל באבוב געווינען, אין די sore-losers האבן נאכאמאל פארלוירען
זיי האבען היינט נאכאמאל צוריקגערופען באבוב צו דעם דשאדש אויף א קאנפערענס קאלל מיט די לויערס, און זיי האבן געבעטן אז אזויווי זיי ארבעטען שוין א שטיק צייט אין שלוה, זאל מען זיי לאזן האבן דעם קעמפ אינגאנצען פאר זיי, אין בסייעתא דשמיא, האט דער דשאדש געזאגט אז עס איז נישטא וואס צו טוען, אזויווי ער האט געפסקענט פרייטאג, אזוי וועט זיין.
האבן זיי ווידער געטענהט אז עס איז נישט מעגליך צו גיין צוזאמען אין קעמפ (ווייל מען האט מורא אז די תמימותדיגער בחורים וואס זענען יעצט ביי בן ציון ווייל זייערע טאטעס זענען דארט וכדו' וועלן צו זעהן במשך די זומער די עבודה פון אן ערליכען איד און זיי וועלען אפלאזן בן ציון און זיך מתדבק זיין מוט א צדיק אמת כ"ק רבינו מהרמ"ד), און אויך ווייל מען וועט זיך הרגענען דארט, האט דער דשאדש געענטפערט אז מען וועט דארט האבן פאליציי און מען וועט ארעסטירן יעדן וואס מען דארף ביז עס וועט זיין סדר,
האבן זיי זיך אנגערופען אז ישראל ליכט פארט יעצט קיין ארץ ישראל ביז דאנערשטאג, איז קען מען נישט אנהייבען קיין שום ארבייט ביז ער קומט צוריק, האט דער דשאדש געזאגט אז עס איז נישטא קיין ברירה אין טאמער שטעלען זיי נישט צו קיין צווייטען וועט נתן לייב בלומענבערג אלעס טון אליינס, האבן זיי זיך אנגערופען אז זיי האבן איינער... לייבוש לאנדא
ווייטער האט דער באבובער לויער, נעט לוין געפרעגט זייער לויער סניטאו, היתכן זיי האבן נאכנישט קיין שטרי בירורין, האט ער נישט געהאט וואס צו ענטפערען.

און יעצט הערט די מעשה וואס זיי פארציילען ביי זיך אין 48
דער דשאדש האט געזאגט אז זיין פריערדיגע פסק איז בטל, און ביז 24 שעה מיז מען זיך זעצן צו בי"ד, און טאמער בערגער איז נישטא, זאל ער מיטהאלטן אויפן טעלעפאון.

נו, מיין קשיא איז פשוט
זיין פריערדיגע פסק איז געווען א פסק, גלוי לכל, געדרוקן און ארומגעשוקט צו אלע פאליציי, לאמיר יעצט זען א געדרוקטע פסק, הלא אין דיבור מבטל מעשה, און אזוי אויך, לאמיר אלע ציווארטען נאך א טאג, און מען וועט זען אויב עס איז טאקע אזוי, צו וועט זיך בי"ד שוין זעצן אדער נישט

יא יא!!!!!!!! אם מזרע היהודים מרדכ"י אשר תחילת ליפול לפניו, נפול תפול, וועס נישט אויפהערן פאלען!!!!!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2005 07:26 לינק ישיר 

נו אז די ציונים זענען אלעמאל געווינער'ס איז דאך נישט קיין שאלה.
מיר איז נאר געווען א ווינדער אז שבת זענען זיי נאך נישט אויפגעקומען מיט א הסבר אז זיי זענען געווינער.


אבער איך בעט אייך פרייט זיך נישט מיט יענעם'ס צרות, עס איז נישט קיין אידישע מידה, עס פאסט פאר די שומרים אין שוויצער'ס וואס זענען אויף 48, חסידים ואנשי מעשה פירען זיך נישט אזוי.

לאז זיי שרייען מען דארף נישט ענטפערן.




כן אתם אומרים פן ירבה, ורוח הקודש אומרת כן ירבה.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > אם מזרע היהודים מרדכ"י אשר החילת לנפול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext