תקנת הפארום - געזעצן
חשובע מיטגלידער:
ברוכים הבאים צום פארום חדשות אנ"ש עולם הנגינה.
דער ציל פונעם פארום איז:
1. דורכצושמועסן מוזיק, זינגערס, טעיפס און אלעס וואס האט א שייכות צו עולם הנגינה
2. צו פארשאפען און פארשפרייטן שמחה, אז מזאל זיך שפירן אין עולם הנגינה
די תקנות פון פארום זענען:
1. טוט נאר וואס איז אין איינקלאנג מיטן ציל פונעם פארום, נוצט נישט דעם פארום פאר קיין שום אנדערע צוועקן
2. שרייבט איידל און באזינגט נישט קיינעם
3. מאכט נישט צוויי אשכולות פונעם זעלבן נושא
4. דער פארום איז געמאכט דייקא פאר אידישע עולם הנגינה, גויאישע נגינה האט נישט קיין שייכות צו דעם פארום
5. אדווערטייזמענט'ס לשם ביזנעס פון קיין שום סארט איז נישט ערלויבט נאר מיט רשות
6. דער פארום איז מערסטענ'ס אין אידיש, ממילא שרייבט לכתחילה אין אידיש, אויב מען האט נישט אידיש אויפ'ן קאמפיוטער קען מען אויך שרייבן ענגליש, פאר עברית איז דא אנדערע פארומים
7. די פארום איז אויסדרוקליך נישט געמאכט דוקא פאר מבינים, סאיז געמאכט פאר יעדן צוגלייך
8. שרייבט ווי אפטער אפילו אויב איר זענט נישט קיין מבין אין נגינה
ווער סוועט זיך נישט האלטן צו די תקנת הפורום וועט מוזן אויסגעשלאסן ווערן.
לייענט, הערט, שרייבט, און האט הנאה!
תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 23/06/2005 2:42:39
 |
|
|