פארוואס קענסטו דיך נישט צוטיילן דיין קאפ לאז אויף 45 און דיין פיס ברענג קיין 48
פארוואס דארף איך מיך שעמען מיט מיין קהילה?
שעמען מעגסטו דיר טאקע פאר זיין אזא באק
איין קשיא פארענפערט די צווייטע. אז דו האסט אזעלכע בהמות ביי ענק האסטו מיט וואס זיך צו שעמען. על דא ודאי קא בכינא.
נשלח ב-26/6/2005 22:38
פארוואס גייען 'אינז' אין קאורט?
פארוואס גייען זיי אין קוארט
'זיי' (באבוב) גייען אין קאורט להציל העשוק מיד עושקו, כדי די בריונים זאלען נישט קענען צונעמען אלעס און דערנאך שרייען ס'ז מיינס. כדי צו צוואונגען די מסרבי לדין זאלען זיך מוזען שטעלן.
'אונז' (48) גייען אין קאורט ווייל מיר ווילען נישט גיין צו קיין דין תורה. ווייל אונזער גאנצער דרך איז דארך גניבה וגזילה.
פארוואס מזון אונז לעבן מיט פחד שטראפל און די רויטע
די תורה פארענפערט שוין די קשיא – רק אין יראת אלוקים במקום הזה והרגוני. אין א פלאץ ווי מקום המשפט שמה הרשע און בית וועד יהיה לזנות קען יעדער שייגעץ טוהן ככל העולה על רוחו.
פארקערט, ווייטער א ליגענט פון די יושבי קרנות.
ברצוני להבהיר, פון די עכטע באבוב קומט נישט ארויס קיין טעראר און קיינער לעבט נישט אין קיין פחד. אדרבה, שלום ושלוה יהיה במחנינו ואין שום שנאה במחנינו.
נשלח ב-26/6/2005 22:34
פארוואס האבן אינז געלייגט גארדס אויף רמ"ד'ס ישיבה קטנה? [אין סיגעטער האול]
פארוואס האבען ענק געלייגט גארדס אויף רבינו שליט"א'ס ישיבה קטנה?
פארוואס?
וואס א היתר קען דא זיין?
דער קשיא בלייבט שווער.
הרב ר' צבי אריה האט געלייגט גארדס צוליב די טאטעס וואס האבען פארנאכלעסיגט דעם ענין פון שכר לימוד און מיט זייער גלייכגילטיגקייט געוואלט חרוב מאכען די ישיבה. ער איז געוועהן מענעדזשער און אלץ מענעדזשער האט ער געהאט די רעכט אויסצושליסען די וואס האבען נישט געהאלטען ביים באצאלען.
אבער אויף ענק איז ווייטער שווער.
פארוואס האבען ענק געלייגט גארדס אויף רבינו שליט"א'ס ישיבה קטנה?
נשלח ב-26/6/2005 22:33
פארוואס באפאלט מען יידן פארן זיך דרייען אין 45 ?
פארוואס באפאלט מען אידן וואס האבן נישט פיינט דעם זוהן
מען באפאלט יודען פאר אריינגיין אין 45 ווייל אין הארץ ווייסען זיי דעם אמת, און זיי האבען מורא אז טאמער איינער גייט אריין דארט וועט ער איינזעהן דעם אמת.
שרייט דער כסיל באולתו אז ביי אונז זענען אלע באקעס. נו, נו. איר קענט אריינקומען זעהן. זעהט אויס אז דער כלל פון מילתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי איז נאר געזאגט ביי אינשי, און נישט ביי חמורים.
נשלח ב-26/6/2005 22:32
פארוואס טאר איך נישט גיין אהין [45] אויף שמחות?
פארוואס טאר מען נישט אריינטרעטן אויף 48 כאילו ס'איז א קלויסטער נאר דאווענען אויפ'ן גאס און זיין אוכל ככלבים בשוק
דו טארסט נישט אהין גיין ווייל ווילאנג דו גייסט נישט אהין קענן מען דיר נאך איינרעדן אז אין באבוב זענען נישט דא מער ווי 20-30 יונגערלייט, אלע צווישען די יארען פון 25-30, מיט נאך אפאר budget boys. טאמער גייסטו אהין וועסטו דאך זעהן אז עס געפונען זי דארט מסלתה ומשמנה פון באבוב. וועסט זעהן וואס באדייט לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה. ווי יודען זענען געגאנגען במסירות נפש כדאי אנצוהאלטען דעם באבוב'ער דרך. וועסט זעהן וויאזוי אן ערליכער יוד פירט זיך, וויאזוי עס פירט זיך א רבי וואס האט נישט אינזין זיין חצוניות. נו, וועסטו דאך באקומען ספיקות אין אמונה...
אונז קענען נישט אריינגיין אין 48 מפני הסכנה. ווייל מיר האבען מורא אז יענקי ש. זאל אונז נישט באפאלען. מיר האבען מורא אז נתן מנחם וועט אונז צוברעכן אלע צעהן פינגער (ווי ער האט געסטראשעט דעם פארגאנגענעם סוכות). מיר האבען מורא אז די דעמביצער'ס לוקחי שוחד וועלן אונז איינזעצן. מיר האבען מורא אז די שווארצע גארדס וועלן אונז געבן קלעפ.
ועל כולם ווילען מיר נישט זיין אונטער איין דאך מיט די (אין אויפען זעלבען מקום) וואס האבען מרים יד געוועהן אויף אונזער רבי און רב. אויף די רב ז"ל הכ"מ'ס איידימער. אם יהרג במקדש ה' כהן ונביא.
נשלח ב-25/6/2005 00:02
איך האב נאך אפאהר קשיות וואס לכאורה וועט עס פאר פישינגער נישט געפעלן.