|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:34 |
|
| |
פארוואס האבן אינז געלייגט גארדס אויף רמ"ד'ס ישיבה קטנה? [אין סיגעטער האול]
פארוואס האט ADULF ריינאלד געלייגט גארדס ווען ס'האט אים געשמעקט
פארוואס האבען ענק געלייגט גארדס אויף רבינו שליט"א'ס ישיבה קטנה?
פארוואס?
וואס א היתר קען דא זיין?
דער קשיא בלייבט שווער.
הרב ר' צבי אריה האט געלייגט גארדס צוליב די טאטעס וואס האבען פארנאכלעסיגט דעם ענין פון שכר לימוד און מיט זייער גלייכגילטיגקייט געוואלט חרוב מאכען די ישיבה. ער איז געוועהן מענעדזשער און אלץ מענעדזשער האט ער געהאט די רעכט אויסצושליסען די וואס האבען נישט געהאלטען ביים באצאלען.
אבער אויף ענק איז ווייטער שווער.
פארוואס האבען ענק געלייגט גארדס אויף רבינו שליט"א'ס ישיבה קטנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:35 |
|
| |
פארוואס מיזן אינז לעבן מיט פחד פין פליישער מיט שטיהל?
פארוואס מזון אונז לעבן מיט פחד שטראפל און די רויטע
די תורה פארענפערט שוין די קשיא – רק אין יראת אלוקים במקום הזה והרגוני. אין א פלאץ ווי מקום המשפט שמה הרשע און בית וועד יהיה לזנות קען יעדער שייגעץ טוהן ככל העולה על רוחו.
פארקערט, ווייטער א ליגענט פון די יושבי קרנות.
ברצוני להבהיר, פון די עכטע באבוב קומט נישט ארויס קיין טעראר און קיינער לעבט נישט אין קיין פחד. אדרבה, שלום ושלוה יהיה במחנינו ואין שום שנאה במחנינו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:35 |
|
| |
פארוואס האבן אינז געמיזט מאכן אן אייגענע הקמת מצבה?
פארוואס שטעלט מען נישט איין גרויסע מצבה פאר די גאנצע גרופע
אויף אזא קלוגע תשובה האב איך שוין טאקע נישט וואס צוריק צוענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:35 |
|
| |
פארוואס 'מיז מען' כסדר דערמאנען לשונות ווי "וואס ס'איז געווען וועט מער נישט זיין" ס'איז געווען לעצטע פאהר יאהר אן שלעכטע הנהגה" "מ'דארף אפרייניגן די שמיץ און שטויב" וכאלה וכאלה?
ווייל עס וועט טאקע מער נישט זיין מיט אזעלכע שונאים מבית ומחוץ
והיה כי ישאלך בנך למחר איז ב"צ טאקע געוועהן אזא אויסווארף אז מען האט זיך געמוזט אוועקרייסען? האט ער טאקע גערעדט אויפען ברודער? אפשר איז דאס נאר ליגענט וואס די 'כת אונגאר' האבען פארשפרייט כדאי צו פאר'סמ'ען די מוחות. ואף אתה ווייז איהם וואס ב"צ ועדתו האבען געזאגט ברבים, ובזה תהיה תשובה למינים.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:36 |
|
| |
פארוואס דארפן 'מיר' ווארפן מענטשן?
פארוואס סטראשעט מען צוקוקערס אויף 45 סטריט זאלן זיך אפטראגן אויב זייערע קרובים זענען נישט פון די שטיצעירס
איך האב שוין סיי פארענטפערט דיין קשיא און סיי מבהיר געוועהן אז דער בהמה'ס צוריק-פרעג איז פשוט ליגענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:36 |
|
| |
פארוואס געבן 'אונז' ארויס פאשקעווילן?
פארוואס שיקט מען פאשקווילען פון מעמדות פאר באבאווער אידן פון א פרעמדן רבין?
פארוואס, טאקע, געבן ענק ארויס פאשקעווילען?
אדרבה, פארוואס?
די חכמה פון מעמדות\פאשקעווילען איז ממש נשתומם צו ווערן. וע"ז נאמר גם אויל מחריש חכם יחשב.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:37 |
|
| |
פארוואס האב איך אן 'חוב' 30$ מעמדות?
פארוואס האסטו נישט געצאהלט די 13 מיליאן דאלער חובות
יעצט הייבטסטו שוין אינגאנצען צו פארקריכען. טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו. כאטש ענטפער ממין השאלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:37 |
|
| |
פארוואס האט מען אוועקגענומען מיין זיץ פלאץ ביי שלש
סעודות?
עטס טעהנעט'ס דאך אז ס'איז דא איבעריגע פלאץ און מ'קען דורכפירן א טרעילער אין גרויסן ביהמד?
איך שעם זיך פשוט איבערצושרייבען זיינע נארישקייטען. עאכו"כ צו ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:38 |
|
| |
פארוואס גייען 'אינז' אין קאורט?
פארוואס גייען זיי אין קוארט
'זיי' (באבוב) גייען אין קאורט להציל העשוק מיד עושקו, כדי די בריונים זאלען נישט קענען צונעמען אלעס און דערנאך שרייען ס'ז מיינס. כדי צו צוואונגען די מסרבי לדין זאלען זיך מוזען שטעלן.
'אונז' (48) גייען אין קאורט ווייל מיר ווילען נישט גיין צו קיין דין תורה. ווייל אונזער גאנצער דרך איז דארך גניבה וגזילה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2005 22:38 |
|
| |
פארוואס קענען אינז זיך נישט נארמאל צוטיילן מיט זיי?
פארוואס קענסטו דיך נישט צוטיילן דיין קאפ לאז אויף 45 און דיין פיס ברענג קיין 48
פארוואס דארף איך מיך שעמען מיט מיין קהילה?
שעמען מעגסטו דיר טאקע פאר זיין אזא באק
איין קשיא פארענפערט די צווייטע. אז דו האסט אזעלכע בהמות ביי ענק האסטו מיט וואס זיך צו שעמען. על דא ודאי קא בכינא.
|
|
|
|
|