עס איז געווען א מוראדיגע מעמד
מען האט אויסגערופען אין מתיבתא און אין כרם שלמה אז דער רבי וויל נישט אז בחורים זאלן אוועקגיין פון נאכט סדר און די דרשה איז נאר פאר יונגעלייט
דער ביהמ"ד איז געווען אנגעגרייט און די לענג, מיט טישען פון איין עק צום צווייטען, דער פלאץ איז געווען געפאקט, מן הסתמא א פיר-פינעף הונדערט יונגעלייט, דער רב שליט"א האט ארומגערעדט אלע הלכות וואס זענען נוגע צום זימער, און דערנאך פאר דער רבי שליט"א האט אנגעהויבען רעדן זענען שוין יא אריינגעקומען בחורים, און דער פלאץ איז געווארען ממש געשטאפט, דער רבי שליט"א האט גערעדט גאר א שיינע און אינהאלטסרייכע שמועס, איבער קביעת עיתים לתורה, און אז דער עולם זאל לערנען קב הישר, איין פרק א וואך און נאך גאר שיינע ענינים
בקיצור עס איז געווען גאר הערליך, און דער עולם איז מוראדיג נתעורר געווארען
|
|