איך האב א קשיא צו די חסידי 45:
א וואך נאך די הסתלקות פון כ"ק הגה"ק מהרנ"צ מבאבוב זצוק"ל האבן זיינע גבאים וועלכע זענען מיטגעגאנגען מיט כ"ק אדמו"ר ר' מרדכי דוד שליט"א געשריבן א בריוו אין די צייטונגען אז רצון קדשו פון דעם רבי'ן שליט"א איז נישט צו שרייבן אין קיין צייטונגען און זוכט נישט קיין שום פראפאגאנדע.
דעם מיטוואך האב איך באקומען א קונטרס וואס ברענגט נייעסן פון זייערע מסיבות, טישן און ישיבה. און ביים געיט איז צוגעשריבן אז עס איז פנימי.
פארשטיי איך נישט: אויב וויל דער רבי נישט קיין פראפאגאנדע, פארוואס דארף מען דאס ארויסשיקן פאר גאנץ ניו יארק.
מילא ווען דאס איז געשיקט געווארן בלויז צו אנ"ש אלס א פנימי זאך, איז עס צו פארשטיין אז זיי ווילן האלטן אינפארמירט דעם אייגענעם קרייז, אבער צו וואס ווערט געשיקט א פנימי גליון אומזיסט צו יעדן איינעם אויף פאסט?
קען מיר איינער ענטפערן דערויף?
|
|