בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בית דין - ס'גיסט אין לאס אנזשעלעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/7/2005 21:06 לינק ישיר 
בית דין - ס'גיסט אין לאס אנזשעלעס

זשוליאני08 שרייבט

פאריגע וואך האט דער בית דין בראשות מיט דעם גראב"ד געליטן א שרעקליכע דורכפאל מיט דעם ווייץ קלויבן, וואס האט זיי געמאכט צו נאר אין די גאנצע אידישע וועלט.

א ליבאוויטשער יונגערמאן א זון פון ח. פ. גאלדשטיין האט משוגע געמאכט עטליכע רבנים אז היות די ווייץ אין ניו יארק איז נישט אויסגעהאלטן ווייל... ווייל... ווייל... דארף מען פארן קיין לאס אנזשעלעס און דארט קלויבן ווייץ, ווייל "יענע" ווייץ איז מער מהודר פאר די שמורה מצות.

דער גראב"ד מיט עטליכע פון די פורים בית דין זענען ווי קעלבלעך אראפגעפארן קיין לאס אנדשעלעס קלויבן ווייץ...

אבער וואונדער איבער וואונדער
עס האט דארט געגעאסן און גע'מבולט א גאנצן טאג.
נאך א טאג
און נאך א טאג
דריי טעג רצופות האט געגעאסן עמערס וואסער פון הימל
א זאך וואס האט שוין נישט פאסירט נאענט צו 40 יאר אז עס זאל זיין אזעלכע רעגן שטורמעס פאר 3 טעג אין א צי.

וואס מיינט איר האט פאסירט נאכדעם:
די פורים בית דין האט געמאכט א "בואו בשלום" און געקומען שניידן ווייץ אין ניו יארק סטעיט.


ארגינעלער
___________________
זשוליאני
נישט אזוי שטייט אין פסוק:

טענו בחיטין... והודו לו "בזויערן"...
עס איז דאך נחמץ געווארן די ווייץ


jid_613
___________
פאר די אלע אידען וואס זענען נישט קיין קעלבלעך און ווען ס'קומט ארויס א שאלה זיכען זיי צו לערנען דעם עיקר הדין, ולאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און טוהן הלכה למעשה, כמקובל מאז ומקדם, אצל כל בני ישראל הנאמנים לתורת ה',

קוקט דא:

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1422530

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1425149

בהוקרה,
דזשיד


GETME
-----------------------
דשיד, די שרייבסט

פאר די אלע אידען וואס זענען נישט קיין קעלבלעך און ווען ס'קומט ארויס א שאלה זיכען זיי צו לערנען דעם עיקר הדין, ולאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, און טוהן הלכה למעשה, כמקובל מאז ומקדם, אצל כל בני ישראל הנאמנים לתורת ה',

ניין ביזסט קלאר נישט גערעכט
קיינמאל איז נישט געווען אזא זאך אז דער פשוטער איד וואס ווייסט ניטאמאל ווי וועלכע מסכתא צי עפענענן נאכציזיכען די הלכה,
אז ער זאל האבן א מיינוג אין קימען אין ביהמ"ד אנהייבן האקן אויף דיינים דער טיט נישט גיט ווייל כ'האב גלערענט אין די הלכה איז אנדערש

אינזער תפקיד איז צי האבן א שיעור יעדן טאג וויפל ס'איז שייך אין עוסק זיין על המחיה

די דיינים זיי האבן א תפקיד נאכציקיקען די הלכה אין מברר זיין אין אינז איינטיילן וואס צי טיען,אין מען פארלאזט זיך אויף זיי בלינדערהייט 100 פראצענט {פארשטייט זיך יעדער אויף זיין דיין}
קיינאמאל איז נישט געווען אזא זאך אז מקווה שמיסער, היידפארק זיצער,אדער אפילו אזעלכע וואס די ריפסט אן בני ישראל הנאמנים לתורת ה' אז זיי זאלן האבן א מיינוג אין הלכה מען האט אייביג געוויסט א רב א דיין ער פסקנ'ט אין דאס איז די סיסטעם ביי כלל ישראל
אין עס דארף ווייטער אזוי זיין
איינער וויל לערנען מהיכי תיתי, אבער עס איז נישט א תפקיד!!




זשוליאני08
-------------------
פארוואס האט דער בית דין משנה געווען?
און פארוואס האט פלוצים גענומען גיסן וואסער אויף לאס אנדזשעלעס וואס איז שוין נישט געווען 40 יאר?

און פארוואס האט זיך דער בית דין צוריקגעדרייט?

ווארהייט
---------------------
אין LAIMES שטייט אז היי יאר איז געווען (כמעט) די נאסטע יאר אין רעקארדעד היסטאריע.

א מזל פון א פורים בית דין.



http://pqasb.pqarchiver.com/latimes/860686201.html?did=860686201&FMT=ABS&FMTS=FT&date=Jun+30%2C+2005&author=Eric+Malnic&pub=Los+Angeles+Times&desc=When+It+Comes+to+a+Record%2C+L.A.+Rain+Falls+a+Drop+Short




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 04:23 לינק ישיר 

טובעין

הגם אז איך האב נישט געקענט אליין מברר זיין וואס דער חברה דא אויווען שרייבען,

(און אפילו לויט ווי ס'זעהט אויס איז דער גאנצע שאלה ביי זיי צו אונזערע מצות זענען יא אדער נישט חמץ נישט מער ווי א שאלה צו דער און יענע בי"ד האט געהאט א דורך פאל אדער נישט....),

איז עכ"פ צום עצם הענין, זעהט אויס (לויט ווי איך פארשטיי פון וואס דער חברה דא אין פארק פארציילען), אז די רבנים האבען לכתחלה געוואלט נעמען פון פלעצער וואס ס'רעגענט נישט, און ממילא קען מען לאזען די ווייץ גענצליך טרוקענען אויפען פעלד.

אבער היות דאס איז נישט געלונגען, מוזען יעצט די רבנים נעמען דא אין די געגענט וואס ס'רעגענט יא, און ממילא מוז מען שניידען די ווייץ אסאך פריער, און מיט די מאשינען (combine) וואס מ'נוצט היינטיגער טעג איז דאס נישט אזא לייכטע זאך.




בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 00:07 לינק ישיר 

ישר כח JID פאר די לינק'ס

הגם להבא וואלט איך דיר מציע געווען צו ברענגען לינקס פון מסורת.

די שאלה איז נאך אלץ, לכתחילה מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בית דין - ס'גיסט אין לאס אנזשעלעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext