בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לאזט ענק נישט פון ווילי טעראר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/7/2005 19:24 לינק ישיר 
לאזט ענק נישט פון ווילי טעראר
מצורף קובץ


היות אז לעצטענס איז געווארען די סטייל פון עטליכע אוממענטשען פון וויליאמסבורג, צו באיקאטירען זייערע אידישע ברודער, וואס זענען נישט איינשטימיג מיט זייערע עקסטרעמע מיינונגען,

און וואס קענען נישט פארליידען אז געוויסע אידען הערען נישט וואס די עקסטרעמיסטען שרייען אין די גאסען, נאר ענדערש פאלגען זיי זייערע רבנים.

על כן בעטען מיר אונזערע טייערע ברודער,

שטיצט גאמבא'ס בעקערי


און לאמיר נישט צולאזען א איד פאלען, ווייל ער פאלגט נישט די עקסטרעמיסטען, און לאמיר נישט צולאזען די עקסטרעמע טאקטיקען, וואס די חברה האבען זיך אפגעלערענט פון ידידיהם די אראבער, האבען א השפעה.




בהוקרה,
דזשיד



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 19:37 לינק ישיר 

שטיצט אים נישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 19:39 לינק ישיר 

ער איז א מחלל שבת בפרהסיא און א מסייע לעוברי עבירה!

פוי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 20:17 לינק ישיר 

דאס איז די לעצטע אנשיקעניש רח"ל, יעדע צווייטע טאג "אסר'ט" מען א צווייטע געשעפט מאחינו בני ישראל. (כאילו איינער רעכנט זיך דערמיט)

בלויז אין די פארלאפענע צוויי וואכן איז געווען דריי אזעלכע פעלער:

ראשון: די "שמוציגע פריצותדיגע תועבהדיגע משוקץ'דיגע" סטאר וואס פארקויפט די צוויי שטיקעלדיגע "פאנדיאלאס" (צו ווייסט איינער וואס דאס איז?)

תלי"ת די וואך האט מען שוין געמאלדן אז יעדער איינציג שטיק איז אויספארקויפט געווארן ממילא איז עס מער נישט דא צו באקומען (בלע"ז: "ער פארקויפט עס מער נישט!" כא! כא!)

שנית: ליע עוועניו פאטא! זיי פארקויפן דאך סי-דיס......

שלישית: גאמבאס בעקעריי, כנ"ל.

אגב אורחא איז אין פלאץ צו אנמערקן, היתכן די "סרחות הרע-בנים" האט נישט אראפגענומען זייער השגחה פון גאמבאס? איז ער דען נישט א פרעכע מחלל שבת? הטקסט שלך כאן

אבל לפענ"ד יש לפרש הענין בדרך פשוט, חוה"מ האט מען געצאלט פאר א צעהיצטע דרשה - האט ער געזאגט היץ געמישט מיט מאמרי חז"ל. יעצט צאלט גאמבאס פאר א השגחה - געט מען א השגחה! והכל עולה בקנה אחד, ודו"ק.


אגב, ער איז נישט די איינציגע מחלל שבת פאר וועם הת-סרחות גיט השגחות.

ליסטען, איטס ביזנעס! ביג מאני אינוואלווד!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 20:19 לינק ישיר 


פוי! ממש א לעבעדיגע מילך קעסטעל........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 20:30 לינק ישיר 

איך ווינדער מיך און וואס-פארא וועלט די געמיינע אינגען געפונען זיך אז זיי חלום'ען אז על פיהם ישק. שטיצט יא, שטיצט נישט, אלעס פארשטייט זיך מיט מראה מקומות, עס וועט זיי נישט העלפן מחוט ועד שרוך נעל; גאמבא'ס איז די בעקעריי פון די קעטסקיל מאונטענס.

דאס איז פשוט די HANGOVER פון די טעג און וואס זיי האבן געוועלטיגט, די טעג זענען שוין אבער פאראיבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 20:32 לינק ישיר 

לכאורה וואלט יא געדארפט זייו א קלער איהם צו באקיאטירן, ווייל מיט שטיצן גאמבא שטיצט מען "בעקיפין" הת-סרחות, ובראשם דער בעל מכשיר זייערע הגאון הצדיק הקדוש לוחם מלחמות... הלל וויינברגער שליט"א

וצ"ע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 20:47 לינק ישיר 

נאך א משא ומתן מיט מורי הוראה איז מען געקומען צום החלטה אז ווילאנג די רבנים קמען נישט עמטליך ארויס אקעגן התאחדות, קען מען ווייטער רואיג קויפן ביי גאמבאס...

ויאכלו ענוים וישבעו!!

נ"ב, די פסק איז נאר פאר די וואס האבן ביז היינט מקיל געווען און געגעסן התאחדות הכשר, נישט אז אנדערע זאלן חלילה מקיל זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 20:58 לינק ישיר 

איך וויל אפווענדען די צעטיל

נישט ח"ו ווייל איך האלט אז מען מעג יא טראגן,נאר פאר צוויי אנדערע סיבת

1}עס האט נישט קיין חתימה פין א רב, היץ קעפ קענענן נישט ארויס געבן קיין איסור
אויב עס איז אסור זאל עס א רב בישראל חתמנ'ן

2}אינעם צעטיל שטייט אינמיטן אין די באקס די טעם פאר וואס עס איז אסור,די ווערטער

דאס מיינט אז ער איז פין די הויפט גורמים פין די מחלוקת און פירוד לבבות וואס האט אויסגעבראכן דא אין שטאט


לדעתי איז עס א פרעכע שקר די הויפט גורם אין די גרעסטע גורם פין מחלוקת אין פירוד לבבות היינט אין וומסב"ג איז
הרב זלמן לייב טייטלבוים וואס האט גענימען די גרעסטע קהלה אין עס ציבראכן אויף פיצלעך אין געמאכט א חילול השם מסוף העולם ועד סופו



תוקן על ידי - getme - 04/07/2005 21:03:49



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 21:12 לינק ישיר 

דא שטייט אז געוויסע רבנים פון שטאט האבען געשריבען אז "וטלטול ע"י העירוב הוה איסור חמור של חילול שבת".

איך וואלט געוואלט מוסר מודעה זיין פאר די רבנים אז דער הייליגער רא"ש האלט אז מען דארף אזא רב לייגען אין חרם.

וזה לשונו
על שלא רצה לשוב מאולתו מענין העירוב.... אתה רבי יעקב ברבי משה דבאלינסיא. כבר כתבתי לך על ענין העירוב שנהגו בכל גליות ישראל להתיר מבואותיהם המפולשים בין הגוים בצורת פתח,
ואתה אסרת אותו לקהל פריריש, וכתבת לי ראיותיך ואני הודעתי שאין בהם ממש.

והזהרתיך שתחזור בך ותאמר לקהל שיתקנו מבואותיהם כאשר הורגלו עפ"י גדוליהם. והנה הוגד לי שאתה עומד במרדך ואתה מכשיל את הרבים בחילול שבת.

לכן אני גוזר עליך, אחר שינתן לך כתב זה בעדים שתתקן המבואות המפולשין של גוים לרה"ר בצורת פתח,
תוך שבועיים אחר שתראה כתב זה.

ואם לא תתקן המבואות כאשר כתבתי, אני מנדה אותך. ואם היית בימי הסנהדרין היו ממיתין אותך, כי אתה בא לעקור תלמוד שסידר רב אשי, ולחלוק על הגדולים שהיו עד היום אותם שמתו ז"ל ואת אשר חיים עד הנה. לכן חזור בך ואל תטוש תורת משה רבינו ע"ה.

ובאות ט'
הכתב ששלחתי לאותו חסר מח... ואם לא יחזור בו אני מתרה בך ואת כל הקהל שינהגו בו נידוי באותו המשוגע יעקב בר משה וירחיקוהו ויבדיליהו מעדת ישראל







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 21:35 לינק ישיר 

א פראגע צו די 'יודעי דעת רבינו זי"ע'

וואס האלט איר איז געווען - לשיטתכם - דעת רבינו זי"ע

דאס איז קלאר - לויט ענק - אז רבינו ז"ל האט געהאלטן אז אויב מאכט מען יא א עירוב

**טאר מען "להלכה" נישט טראגן דערמיט, איין מקור ביטע
**טאר מען נישט פארדינגן א זאל פאר זיי, איין מקור ביטע
**דארף מען זיי נאכשרייען, אפילו אויב דאס מיינט א בחורים זאלן נאכשרייען פרויען..... וד"ל, איין מקור ביטע

און יעצט איז די פראגע צו מען קען צולייגן דערצו

**נישט איינקויפן ביי איינעם וואס טראגט מיטן עירוב, און אפילו אויב דאס מיינט איינצוקויפן ביי א גוי

ילמדינו ראבייני..................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 21:36 לינק ישיר 

שופרשופרשופרשופר

איפוא אתה?

מחכים לך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/7/2005 21:41 לינק ישיר 

לאמיר ענק זאגען איין זאך איך בין א קאסטעמער פון "גאמבא'ס בעקעריי" שוין יאהרען יעדער איז צעפרידען און כמעט יעדען ערב שבת זעה איך ווי הרבנית ז"ל ט"ב קומט איינקויפען מכל טוב וטוב פאר שבת במילא זאלט עטס וויסען אז עס וועט איהם קאסטען זיין שלום בית אויב זי וועט מוזען אויפהערן קויפען!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 21:53 לינק ישיר 

נתני' וואס איז מיט דיר


וואס איז שלעכט אז וויליאמסבורגער רב שליט"א זאל ארויסגעבן א איסור חמור צו קויפן ביי 'גאמבא' און ער/זי אליין זאל ווייטער קויפן

אויפן ערגסטן פאל וועט זיך נישט דארפן אזוי לאנג שטיין אין די ליין

פארן קיין פלארידע, האבן אינטערנעט, וכולי וכולי איז דער רב נישט מקיים דעם ירא שמים יוצא ידי שניהם, אסר'ט עס פאר יענעם און איז מתיר פאר זיך

קאם אן

תוקן על ידי - אינהכינמי - 04/07/2005 21:56:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/7/2005 21:54 לינק ישיר 

ס'נישט קיין פראבלעם, זי וועט שיקן זלמן יואל אדער קומפוט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לאזט ענק נישט פון ווילי טעראר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext