איך האב עס אויספראבירט און איך בין מוראדיגע נתפעל פון די רייכקייט וואס דער פראגרעם שטעלט מיט זיך פאר, ער האט אלע מעלות פון מייקרסאפטע אינטערנעט עקספלארער, און אויך אלע מעלות פון פייערפוקס.
איך רעקאמענדיר פאר אלע פייערפוקס באנוצער (וועלכע זענען שוין מן הסתם צוגעוואוינט צו די אומפריינדליכקייט פון נישט קענען ארויפלייגן סמייליס אויף הייד פארק, און ביי אסאך אנדערע סיידס) זיך צו באנוצען מיט דעם פראגרעם.
עס האט אויך א פעסטע פאפ-אפ בלאקער אזויווי פייער פוקס. מען קען אויך עפענען באזונדערע טעבס. ווי אויך ווען מען וויל צוריקגיין צו איינער פון די פריערידגע סייטס וועט ער דיר ווייזן א פונקטליכע בילד פון אלע סייטס וואס די ביסט פריער געווען, ועוד ועוד ועוד (די איינציגע חסרון וואס איך זעה ביזדערווייל איז אז מיט היברו פארשטייט ער זיך נישט אזוי גוט, -איך רעד נישט פון די עצם סייד, איך רעד פון דאס וואס שטייט אויף די אפענע ווינדאויס, למשל "הייד פארק פורומים" וועט מען אסאך מאל נישט קענען ליינען -אמאל יא און אמאל נישט).
יישר כח
טאגליכט
יא זייער געשמאק, איך האף אי"ה עס צו ניצן פון היינט און ווייטער ,
נשלח ב-21/7/2005 20:56
איך פערזענליך נוץ עס נישט (כ'קען מיך שווער צוגעוואוינען צו א נייע זאך), אבער א ישר כח פאר די וואס זאגן וועגן זייער עספיריענס,
נשלח ב-21/7/2005 21:12
MICROSOFT האט אנגעהויבן צו טעסטן זייער Windows OneCare
Windows OneCare builds on Microsoft's security acquisitions to offer customers a PC protection and maintenance package.
Initially OneCare will include antivirus and firewall protection, an automated PC tune-up, and backup and restore functionality. Anti-spyware protection is not included in the initial beta, but will be added at a later date, Microsoft says.