בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

וכל זה איננו שוה לי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/7/2005 01:34 לינק ישיר 
וכל זה איננו שוה לי

די צירוף פון שם הוי"ה לחודש תמוז איז די ס"ת פון זה איננו שוה לי.

איך בין נישט קיין בעל דרשן אדער מוכיח אבער עס איז כדאי צו באמערקען אז אין די ווערטער ליגט די גאנצע מפלה פון המן. אז מ' איז זיך מתבונן זעהט מען אז המן האט פארמאגט אוצרות קורח, געוועהן משנה למלך פון א וועלטס קעניג, וכל עבדי המלך כורעים ומשתחוים להמן - אריינגערעכנט די יודען. בקיצור, ער האט אלעס געהאט חוץ...ומרדכי לא יכרע. איין איינציגער יוד, מרדכי הצדיק, האט זיך נישט געוואלט בייגען.

איז וואס? ווערט ער דען קלענער? האט ער ווייניגער געלט? ווייניגער כבוד? איז ער נישט די צווייטער שטארקסטע מענטש אויפען וועלט?

אבער ניין! וכל זה - זיין גאנצע פרעסטיזש און עשירות - איננו שוה לי.

האט ער זיך געוואלט נוקם זיין נישט נאר אין מרדכי נאר אין אלע זיינע מענטשען - עם מרדכי - and the rest is history. צוליב דער נידריגער מידה פון וכל זה איננו שוה לי האט ער אלעס פארלוירען און איהם מיט זיינע קינדער האט מען געהאנגען.

איך מיין אז יעצט, פאר די דריי וואכען, איז דאס א גוטער מוסר השכל צו געדענקען.

נ.ב. נאכאמאל, איך בין נישט קיין מוסר זאגער, אבער אין hydepark corner קען זיך יעדער אויפשטעלען און דרש'נען - נו, האב איך מיר אויפגעשטעלט.

תוקן על ידי - A_Jew - 12/07/2005 1:39:33



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2005 23:01 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון איינער פון ר' אפרים פדווא'ס קינדער (גאב"ד לונדון) בשם זיין טאטען א הסבר אויף דעם. ווען איינער איז אן אדם גדול באמת איז אפי' עס איז דא מאן דהו וואס בייגט זיך נישט צו איהם ווערט ער אבער נישט וויינגער. משא"כ ווען איינער האט נאר דאס וואס מען פאמפעט איהם אבער ער פאר זיך איז גארנישט, ווען עס קומט נאר איין מענטש און לאזט זיך נישט נער'ן און ווערן נאכגעשלעפט פלאצט דער גאנצע באלון און ער בלייבט מיט גארנישט. טאמער מרדכי ביקט זיך נישט צו המן איז טאמע וכל זה איננו שוה לי, ווייל זיין גאנצע גדלות איז נאר דאס וואס מענטשען בייגען זיך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2005 07:49 לינק ישיר 


למעשה האב איך עס נישט מגיב גיוועזן..

יעדנפאלס, כ'אב הנאה אז דו האסט הנאה.

די גוטע מינוט איז טאקע געקומען נאכן ווערן נמאס פון אזויפיל אהרונישע נהארישע תגובות ואשכולות

כן יעזור ה' על הלאה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 03:16 לינק ישיר 

זייער גיט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 03:09 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 02:35 לינק ישיר 




וואיל געזאגט!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/7/2005 01:55 לינק ישיר 

זייער גוט געזאגט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וכל זה איננו שוה לי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext