איך האב געהערט פון איינער פון ר' אפרים פדווא'ס קינדער (גאב"ד לונדון) בשם זיין טאטען א הסבר אויף דעם. ווען איינער איז אן אדם גדול באמת איז אפי' עס איז דא מאן דהו וואס בייגט זיך נישט צו איהם ווערט ער אבער נישט וויינגער. משא"כ ווען איינער האט נאר דאס וואס מען פאמפעט איהם אבער ער פאר זיך איז גארנישט, ווען עס קומט נאר איין מענטש און לאזט זיך נישט נער'ן און ווערן נאכגעשלעפט פלאצט דער גאנצע באלון און ער בלייבט מיט גארנישט. טאמער מרדכי ביקט זיך נישט צו המן איז טאמע וכל זה איננו שוה לי, ווייל זיין גאנצע גדלות איז נאר דאס וואס מענטשען בייגען זיך.
|
|