זיץ איך מיך אזוי געמיטלעך אויפן סאבוועי איך ליין מיר א צייטונג, פלוצלינג בייגט זיך אראפ צו מיר א אינגער שייגץ, קוקט אויס האלב שווארץ/האלב ספאניש, אין פרעגט מיר: "MABITONE",
זאג איך איהם WHAT?,
זאגט ער "WHAT'S IN THE NEWSPAPER", געמיינט האט ער "מה בעיתון"
קודם האב איך געמיינט אז ער איז סתם א גוי וואס וויל זיין זיס אין ווייזן אז ער קען HEBREW.
זאג איך איהם "I'M SORRY I DON'T KNOW HEBREW"
נאכדעם פרעגט ער מיר, ביסט פון דא (נו יארק)?
זאג איך, יא!
קוקט ער מיך אן מיט אזא וואונדער, אין זאגט ער וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז איינער מיט די חסידישע לבוש זאל נישט זיין פון איזרעאל.
א כלל נאכדעם הייבט ער אן צו רעדן סתם וועלטליכע נייעסן, פון מארטא סטוערט, אין נאך.
צום סוף בייגט ער זיך צו צי מיר אין זאגט מיר:
"LISTEN, HAVE YOU EVER CONSIDERED JES-- CHR--T"
זאג איך איהם: דו זעהסט נישט ווי איך בין א שטארק רעליגיעזער מענטש, פארוואס קומסטו פונקט צו מיר? ס'האט גארנישט געהאלפן, און ער האט נישט אויפגעהערט צו דרשענען צו מיר פאר די נעקסטע 5 מינוט ביז איך בין אראפ פון די באן.
לעצטענס דערציילט מיר איינער אז ער האט געהאט אקוראט די זעלבע מעשה.
דער גוי מוז האבן א משונה'דיגן העזה, צו ציגיין צו א "ראביי" און זיך נעמען רעדן פון די אויסגעשפראכענסטע זאך ביי אידן.
ווי אזוי ווערט מען לויז פון די חברה? זייער טריק איז אז הייבן אן מיט א פריינטליכער שמועס, אין נאכדעם ווען זיי הייבן אן צו רעדן פון ג'יסעס שפירט מען שוין אומענטשליך צו זאגן "איך בין נישט נייגעריק אויף דיר"
אין א רעסט עריע אויפן וועג צו די קאנטרי האט מיך אזא פארשוין אפגעשטעלט מיט זיינע שאלות.
ער קומט צו מיט א געמאכטע תמימות, זיי פארשטייען בכלל נישט פארוואס אידען גלייבען נישט אין זייער געטשקע וואס איז נאך א איד דערצו.
איך האב מיך נישט אריינגעלאזט אין קיין וויכוחים מיט אים אין אמונה, אבער וויבאלד ער האט מיר געזאגט אז ער איז מבני אברהם יצחק ויעקב האב איך אים פארציילט אביסל היסטאריע וואס די קריסטען האבען געטון פאר אידען אין נאמען פון יאשקע פאר די לעצטע צוויי טויזענט יאר.
פאר א מער געלערנטע אינגערמאן וואס קען תנ"ך בין איך יא ממליץ זיך צו מתווכח זיין מיט זיי אין ווייזען ווי פאלטש פשט זיי לערנען, אין אז מען פארקויפט זיי לאקשען.
די צרה איז אז רוב פון אונזערע אינגעלייט קענען נישט קיין תנ"ך ממילא איז א א שאד אופן וויכוח.
איך האב אמאל געזען ווי א איד זאגט איינעם.
I WORSHIP G-D I DONT WORSHIP A JEW
נשלח ב-12/7/2005 05:57
אמאל האב איך געווארט פאר די באס אויף לעקסינגטאן נעבן די וויליאמסבורג בריק, קומט צו א "איד" מיט א הוט און רעקל און וויל מיר געבן א צעטל אז - נישט מער און נישט ווייניגער - אידן זענען פארן אותו האיש ימ"ש.
קודם האב איך אים אנגעמאסטן מיט א בליק פון דאנעט ביז אהין, אבער ווען איך האב געזען אז ער איז בגדר פון די וואס זענען לא חלי ולא מרגיש... ער כאפט נישט קיין רמז... האב איך אויפגעהויבן מיין קול און אים געזאגט בפה מלא:
GO GET A LIFE (מיט נאך ווערטער וואס איך געדענק נישט, און זענען מסתמא נישט ראוי להעלות על שלחן מלכים)...
נשלח ב-12/7/2005 03:38
איך האב אמאל גייענדיק צו דער ארבעט בטעות גענומען די סאבוועי, האב איך באגעגענט אזוין פערשוין, האב איך איהם געפרעגט בזה הלשון:
are you serious? you realy pray to him? come on! he might have been a nice guy, but don't over exaggerate!
צו שטעלן דעם ענין אין פערספעקטיוו, וואלט איך געזאגט אז דער צוגאנג פון דעם דאזיגן מיסיאנער איז נישט "העזה'דיג". דארפסט פארשטיין אז אין דער קריסטיליכער רעליגיע איז דאס אריבערברענגען עמיצן צום קריסטנטום א גרויסע מצוה. אין דער פרייער וועלט איז דער באגריף פון רעליגיעזער טאלעראנץ זייער אנגענומען; במילא גלייב איך אז מיסיאנערן פון דעם סארט שפירן נישט אז זיי באגייען אן "עוולה" מיט'ן פרובירן צורעדן איינעם צו זייער רעליגיע. דער טיפישער ענטפער פון אזא מיסיאנער צו אזא טענה וועט מסתמא זיין, "פארוואס טאר איך נישט צו דיר 'רעדן' וועגן דעם?"
איך וואלט דעם מיסיאנער קלאר געמאכט אויפ'ן העפליכסטן אופן אז דער שמועס איז מיר זייער נישט אנגעלייגט. עפעס ווי:
You seem to be an intelligent person and I admire you for that. But I do not appreciate this conversation and would really ask you to stop.