איך האב נעכטען צום ערשטן מאל געזעהן די הכתרה פון רב"צ און איך וויל עפעס פארשטיין:
דאס איז אמאל זיכער אז חסידי רב"צ (לפנים רב הצעיר) האבען נישט פיינט געהאט דער רב ז"ל הכ"מ, און אלעס וואס מען האט אויף זיי געזאגט איז נאר געוועהן די סם פון רבינו שליט"א און זיינע מענטשען. יעצט נחזי אנן, איך געדענק ווען ר' משה מאיר האט אויסגערופען אז מען איז מכתיר מורינו ר' נפתלי צבי בן מורינו ר' שלמה ז"ל (איך געדענק נישט פונקטלעך די לשון היות איך האב קיינמאל נישט איבערגעהערט די לוי'), האט זיך זיין קול איבערגעהאקט וגעו כל העם בבכי. די זעלבע זאך איז געוועהן ווען מען האט מכבד געוועהן דער רב ז"ל מספיד צו זיין זיין טאטן, אויסרופענדיג איהם אלץ ר' נפתלי דער זוהן פונעם רב ז"ל, איז נישט געוועהן קיינער וואס האט נישט געוויינט הערענדיג די ווערטער זכרונו לברכה.
קיינער האט נישט געשריגען יחי אדונינו.
יבדלחט"א ביים אויפנעמען די 'רבנים הצדיקים' אלץ ממשיכים ומורי דרכינו האט זיך געהערט בכיות נוראות. אין דער אנהייב האט ר' ברוך חנה בכלל נישט געקענט קומען צום ווארט מגודל הבכי.
אגב אינעם פסק בי"ד זעהט מען אז זיי האבען אויך פארשטאנען אז אונז האבען רעכט על קבלת ילדים און אויך אויף די דזאבס
אין יעדער בר דעת פארשטייט אז קינדער וואס רידערן ארום אנטי אונזער רב דארף נישט האבען א מקום אין אונזער ת"ת אונזערע קידער האבען געניג דורגעמאכט די רדיפות די לעצטע פינף יאר
איך האב געלערנט ביי מנדל גראס פלעגט ער זאגען סוף שיעור "והיא פשוט"
איך גיי נישט מער אריין און קיין פרטים נאר אזויפיל וועל איך יא זאגען אז איך בין געווען א פייערדיגע חסיד פון רב ז"ל און איך האב געהאט די זכי' עם כמה פעמים משמש זיין נאך אסאך יאר פאר ער איז געווארען א רבי נאר איך האב געזען די התנהגות פון די לעצטע 5 יאר האב איך מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר מיר
AJEW שרייבט
ווייטער מוזטו געדענקען אז ביי דער רב הצעיר און רבינו זצ"ל הכ"מ איז געוועהן א בחינה פון כשזה קם זה נופל
דאס האט נישט געמוזט אזוי זיין, דאס איז נאר אזוי געווארען סוף תשנ"ז-תשנ"ח ווען דער העץ קאמפיין האט זיך אהנגעהויבען, פאר דעם האט קיינעם נישט געשטערט צו דער זאגט א שיעור צו יענער, צו דער רעדט מיט דעם צו מיט יענעם צו מיט ביידע צו מיט קיין איינעם.
די ביסט נאך צו יונג צו געדענקען ווייל די ביסט שוין אויפגעוואקסען אז דער דברי חיים שיעור איז אסור.
איך האב נישט מיטגעהאלטען יעדער מעשה (איך האב שוין געשריבען אז עס א נפק"מ פון 'רדיפות און שמוץ' וואס געשעט אונטערן טיש ביז מרידות וואס פאסירען ברבים), ע"כ קען איך נישט ענטפערן אויף יעדער זאך בפרטיות. איין זאך אבער, אפי' לשיטתך אז די אלע זאכען וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען טאקע פונקט אזוי געשעהן, זענען זיי נישט קיין טעראר. ס"ה האט מען נישט געוואלט אז דער רב הצעיר זאל גרויס ווערן. צי דאס איז בצדק אדער נישט איז אנ'אנדערע שמועס, אבער עס הייסט נאך נישט קיין טעראר. לדעתי איז נישט אריינלאזען אל הקודש פנימה צום מהר"ש אסאך ערגער ווי מונע זיין פארשידענע כיבודים.
ווייטער מוזטו געדענקען אז ביי דער רב הצעיר און רבינו זצ"ל הכ"מ איז געוועהן א בחינה פון כשזה קם זה נופל. ווי מער ער האט זיך געבויעט האבען זיינע מענטשען מער געהויבען זייער קאפ און בועט געוועהן אינעם רב ז"ל. אפי' אויב וועסטו זאגען אז דער רב הצעיר'ס כונה איז געוועהן בלויז זיין אייגענע כבוד און נישט מגרע צו זיין פונעם 'הייליגע ברודער', איז אבער די כונה פון זיינע יוצא משרתיו זיכער געוועהן מורד צו זיין.
לגבי דעם וואס דו שרייבסט אז דו ביזט יא געוועהן צובראכען: איך האב נישט כולל געוועהן און געזאגט אז אלע 48 מענטשען האבען זיך געפרייט, אבער די וואס זענען געוועהן ביים הכתרה (און מ' קען דאס זעהן אויפען ווידיאו) זענען נישט געוועהן צובראכען.
נשלח ב-22/7/2005 16:56
הרמן,
דו רעדסט וועגען שטעכען רעדער? אה - שטעכען רעדער איז שגץ שטיק אבער טראסקען פון ביהמ"ד איז OK. פארשיקען יודען פון JOBS וואס זיי האבען שוין 20 יאר איז פיין. אהיים שיקען 4-יעריגע קינדער איז איידעל.
אין 6 יאר אין סאטמאר האט מען נישט ארויסגעווארפען אזוי פיל יודען פון ביהמ"ד ווי אין 4 חדשים אין באבוב. ביי וויפול האלט מען שוין? 20? 30? 40?
אז עטס זענט אזוי צופרידען פון דער עולם וואס איז געבליבען אין 48 אזוי ווי דו שרייבסט אין אן אנדערע אשכול - "חסידישע יונגעלייט, ערענסטע יונגעלייט, בעלי בתישע יונגעלייט, גבירישע יונגעלייט, אלע זקנים תלמידי מהרבץ הראשון, אין נישט א גאנצע סעט ביטש באוס מחללי שבת וכו'", פארוואס דען פלאצט עטס אזוי וועגען די פאר פארביטערטע יודען וואס זענען געגאנגען קיין 45?
נשלח ב-22/7/2005 10:11
דאס איז א חלק פונעם הסתה אפאראט וואס האט זיך שוין אנגעהויבען דעמאלס סוף ימי מהרש וואס האט דער דעמאלסדיגער בן ציון דער רבס געטון צו מהרנצס אייניקלעך איך וויס פון גארנישט אדרבה בא נלך אחד אחד וועלען מיר זעהן ואס איז אמת אין וואס איז לייבל האמערס הסתה אפאראט
און דאס וואס די זאגסט "נישט מיר" זאג איך אז איך בין יא געווען צובראכען און יא געוויינט
מען רעדט דא וועגען א כלל איך קען דיר נישט ענטפערעןוואס די האסט געטון אדער נישט געטון וויל איך וויסט נישט ווער די ביסט
נשלח ב-22/7/2005 08:54
איי עם רעדי עז וועל
זאג נעמען וועמען אונז האבען געשטאכען די רעדער חוץ דער בלוני מיט צבי ארי'
אפשר רעד וועגען יוסף שלמה גערמאן'ס רעדער וואס בצג האט די וואך געשטאכען אדער וועגען די רעדער וואס מען האט געשטאכען ביי די אויבער דארמאנטער מעשה ווען די איידימער האבען נישט געלאזט דער רב הצעיר קומען קיין כרם שלמה קעמפ אין ער איז יא געקומען האט מען געשטאכען די רעדער
פון נפתלי חיים הלברשטאם צום הונדערטס'טן מאל
פון יוסף דניאל
פון מוטי גיפס וכו'
ווער זאל זיך שעמען
נשלח ב-22/7/2005 07:33
עס איז א שאד זיך מתווכח צו זיין מיט דיינע שקרים.
איין שאלה וויל איך דער פרעגען.
וויפיל רעדער האבען ענק געשטאכען פון באבובער חסידים 45 נאר אין די לעצטע צוויי חדשים.
ענק שעמען זיך נישט?
רוב פון ענקער מעשיות זענען שקר,
דערווייל שרייב איך מיט אונזערע אנדערע גולשים קיין ווארט נישט וועגען ענקערע שגץ שטיק, אבער פרוביר נאך אביסל שקרים אין ענקער קופה של שרצים וועט ארויפקומען אויף היידפארק.
i am sure ready
נשלח ב-22/7/2005 07:13
לכבוד א איד
איך האב יעצט פונקט נישט קיין צייט וועל אנרירען זאכען בקצה המזלג יא די איידימער זענען געווען דירעקט פארנומען מיט שפיצלעך קעגען דער רב הצעיר
ווער האט אנגעהויבען א שיעור ליל שישי נאר צו מאכען ס'זאל זיך קאכען אין דער רב הצעיר זאל נישט קענען געבען א שיעור אין מתיבתא
ווער האט גערידערט מיט יעדער סידור קידושין אז דער רב הצעיר זאל נישט האבען
ווער האט געמאכט בריתן אן מנין די טאטעס זאלן נישט קענען מיטהאלטן ווי אויך בני המשפחה אין גערודפט אין אנגעסטעמפלט שונא ווער ס'האט נישט געמאכט דארט א ברית אלץ כדי מענטשען זאלען נישט קענען מכבד זיין דער רב הצעיר
ווער האט אנגעריפען יוסף דניאל נישט אריינצולאזען דער רב הצעיר ר"ח אין כרם שלמה קעמפ נאכדעם ווי ער האט עם שוין געלאדנט
ווער האט אנגעריפען יוסף דניאל אז משה ליב הלפרין טאר נישט קומען אין קעמפ כרם שלמה ווייל זיין זון וועט נישט אזוי גוט קענען פארסאמען יונגע מוחות אויב וועט משה ליב דארט זיין
ווער האט געזאגט משה מאיר אז דודי רוט טאר נישט עולה זיין אין ביהמ"ד
איך האב איין תירוץ אויף אלע קשיות די צוויי איידימער
אין טאמער יונגע בחורים אין גרויסע יונגעלייט זעהן אזא התנהגות ווייסען זיי נישט אליין וואס דער צו השעה איז
זיי פארשטייען אז די איידימער וועלען נישט גיין שטעכען רעדער אלא מאי דאס בלייבט פאר זיי צו טון
די אנדערע נקודות וועל איך ענטפערען שפעטער ועוד חזון
נשלח ב-22/7/2005 02:54
איך האב יעצט אביסעל מער צייט וועל איך אדרעסירען אפאר פונקטען אחת לאחת.
קודם כל ווער איז דאס 'עטץ\ענק'? איך האב געדעהן פארשידענע באשולדיגונגען אויף 'ענק' - 'ענק' האבען פיינט געהאט, 'ענק' האבען זיך געפרייט ביים פטירת מהר"ש א.א.וו. ע"כ וויל איך וויסען ווער איז דער 'ענק'? איך קען נישט רעדן און זיין אחראי אויף קיין שום אנדערע ווי איך אליין, און ביי מיר וויס איך זענען די אלע זאכען נישט שייך. איך האב קיינמאל נישט פיינט געהאט רב"צ (אדרבה איך פלעג מיט איהם שמועסען). איך האב איהם קיינמאל נישט גערוד'פט וכדו' (פארקערט, איך פלעג אלעמאל מוחה זיין ווען איך האב רעדן אויף איהם). איך האב זיך נישט געפרייט ביי די פטירה פונעם פריערדיגע רב ז"ל זי"ע, און עס האט מיר גענומען גאר א לאנגע צייט זיך צוצוגעוויינען אז 'דער רב' מיינט היינט (דעמאלס) די מהרנ"ץ.
לגבי די אזויגערופענע רדיפות און תאות הכבוד וכדו', זאל מיר איינער מסביר זיין מיט וואס איז די הנהגה פון די איידימער אין די לעצטע 4.5 געוועהן ערגער פון רב"צ'ס געפירעכטץ בשנות תשנ"ז-תש"ס?
פונקט ווי די באבובער היסטאריע האט זיך נישט אנגעהויבען י"ב אדר האט עס זיך אויך נישט אנגעהויבען ר"ח אב תש"ס. איך געדענק נאך גאנץ גוט דער מצב לפני פטירת מהר"ש. ווער עס איז דעמאלס געוועהן שולט בכיפה. וויאזוי מען האט זיך אויפגעפירט צום רב ז"ל הכ"מ וליוצאי חלציו. איך געדענק נאך וויאזוי ר' ב"צ בלום האט באטיטלט רב"צ הושע"ר תשנ"ח ביי די מעשה מיט די שרויפען. איך געדענק נאך וויאזוי די אלע חולירעס, אנשי רב"צ דער רב'ס האבען זיך געדרייט ביים מהר"ש און געטוהן ככל העולה על רוחם. איך געדענק נאך נ. מ.'ס 'איידעלקייט' באותם הימים. איך געדענק נאך מיכל ג.'ס ניבול פה אויפען רב ז"ל (און אויפען מהר"ש) ואין פוצה פה ומצפצף ווייל די שליטה איז געוועהן ביי רב"צ. יעדער האט דעמאלס מורא געהאט פאר איהם און ער האט געטוהן וואס ער האט געוואלט. נו, אז עס איז געקומען א מצב וואס מען האט שוין נישט געדארפט מורא האבען פאר איהם זענען אלע טונה בלב'ס ארויפגעשווימען. בפרט אז זיין אתו עמו האבען ווייטער גערעדט און חוזק געמאכט פונעם רב ז"ל הכ"מ.
נאך א נקודה: די איידימער ווערן ס"ה באשולדיגט מיט שתיקה כהודאה. אז אפאר נערישע בחורימ'לעך האבען אנגעמאכט פארשידענע שפיצלעך אויף דער רב הצעיר האט עס גארנישט מיט די חדב"נים. ס"ה קען מען זאגען אז זיי האבען נישט גענוג מוחה געוועהן ש"מ דניחא ליה. די ליצנות פון די שונאי רבינו זצ"ל, דערגעגן, זענען געקומען פון רב"צ'ס שטוב מענטשען. פון זיין קופקע. פון זיינע ידידים. עס איז נישט קיין שום פארגלייך צו די טעראר וואס פארשידענע אויסווארפען האבען אנגעמאכט. זיי האבען גארנישט געהאט מיט דער רב'ס שטוב, מיט די איידימער און אפי' נישט מיט דער רבש"ע.
נשלח ב-20/7/2005 19:37
also the way he talks and acts, exactly like his father,but with no erenskeit
נשלח ב-20/7/2005 19:32
his father meant for real ,but he machs nuch but does not mean it erenst
נשלח ב-20/7/2005 19:19
I DONT THINK SO MANY PEOPLE HATE RBZ
ער האט פשוט נישט וואס צו פארקויפען פאר דעם תורהדיגער חסידישער באבובער עולם.
ער איז באמת ראוי צו זיין א רבי פאר זיין סארט עולם.
ער האט ווייט נישט זיין'ס טאטע'ס מעלות
נשלח ב-20/7/2005 19:15
all the bucherem made up their mind already the never are going to go to bentzion even if r.m.d looses the din torah ,and thats the attitude on every one in 45th st