בית פורומים באבוב

על שלא הספדוהו כהלכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2005 18:00 לינק ישיר 

פארוואס זאל מען וויינען? מען האט זיך געפרייט אויף צווי זאכען

איינס, אז ב"ה צדיק מצרותיו נחלץ און ער גייט שוין צו זיין לעכטיגען גן עדן און דארף שוין נישט אפליידען אויף דער וועלט פון די וואס האבען אויסגענוצט זיין מצב פאר זייערע אייגענע אינטערעסען

צוויי, אז מען איז פטור געווארען פון דעם REGIME איך מוז דיך זאגען אז אסאך פון די יודען אויפען ווידיאו זענען געווען זעהר נאנט צום מהרנ"צ ז"ל לאנג פאר בח"ג, שפ"ש, גפ"א, צא"ר אויך האבען זיי געהאנדעלט מיט עם טאג טעגליך און זיינע ענינים.

געוויינט האט מען כ"א אד תשס"ד ווען רבינו ז"ל איז ל"ע צוזאמענגעפאלען וואס יעדער האט נעבעך פארשטאנען אז דאס איז עס, מען האט דעם צדיק'ס געזונט פארנאכלעסיגט און זיין הייליג הארץ האט עס מער נישט געקענט פארנעמען

איך גיי נישט מער אריין און קיין פרטים נאר אזויפיל וועל איך יא זאגען אז איך בין געווען א פייערדיגע חסיד פון רב ז"ל און איך האב געהאט די זכי' עם כמה פעמים משמש זיין נאך אסאך יאר פאר ער איז געווארען א רבי נאר איך האב געזען די התנהגות פון די לעצטע 5 יאר האב איך מחליט געווען אז דאס איז נישט פאר מיר

AJEW שרייבט

ווייטער מוזטו געדענקען אז ביי דער רב הצעיר און רבינו זצ"ל הכ"מ איז געוועהן א בחינה פון כשזה קם זה נופל

דאס האט נישט געמוזט אזוי זיין, דאס איז נאר אזוי געווארען סוף תשנ"ז-תשנ"ח ווען דער העץ קאמפיין האט זיך אהנגעהויבען, פאר דעם האט קיינעם נישט געשטערט צו דער זאגט א שיעור צו יענער, צו דער רעדט מיט דעם צו מיט יענעם צו מיט ביידע צו מיט קיין איינעם.

די ביסט נאך צו יונג צו געדענקען ווייל די ביסט שוין אויפגעוואקסען אז דער דברי חיים שיעור איז אסור.

פארוואס איז דער יורה דעה שיעור נישט געווען אסור? ווייל דעמאלסט איז דער העץ קאמפיין נאך נישט עקסזיסטירט ער האט דעמאלסט געמאכט אסאך חסידים און קיינעם האט עס נישט געשטערט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2005 18:17 לינק ישיר 

MDU

ווער פלאצט? נישט גיין אויף שמחות צו ברודערס, שוואגערס, און אייגענע קינדער מיינט נישט געפלאצט? געסטראשעט קינדער און ארבייטער מיינט נישט געפלאצט?

ר' י"ר, ברודער פון צא"ר איז א "טראבעלמעקער", יא? ווער לאזט וועמען נישט לעבען?

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביזט אבער איך געדענק גוט דעם יורה דעה שיעור. ס'איז קיינער נישט געווארע קיין חסיד פון דעם יורה דעה שיעור! רעד אן אנדערע איין מעשות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2005 19:01 לינק ישיר 

יא די באבובער חסידים שטערט אז איטשע ריינהולד שיקט זיי פאשקיווילען אין די פאסט עטס האט געמאכט יושע פאר אבדק באבוב האט דאס נישט צו טין מיט מענטשען וואס טרעטען נישט אריין אין 45 וואס שיקט מען זיי אין די פאסט

ב' עס איז א חוצפה צו אונזער רבי זיך צו ריפען אבדק באבוב אז איטשע ריינולד פארשטייט אז יושע רובין איז אבדק באבוב בסדר זאל ער דאס האלטן אין 45 וואס דארף ער אריינקומען אין אונזער ביהמד ביז ער האט דאס געטון האט עם קיינער גארנישט געזאגט
דאס וואס מען גייט נישט אויף שמחות איז זייער פשוט אונזער א יונגערמאן וויל נישט שטיצען מסירה הליכה בערכעות אויסרייסען באבוב וכו'
שפיל נישט תם די פארשטייסט דאס זייער גוט שפיל נישט רחמנות מ'לאזט ענק נישט נעבעך יעדער קען אריינקומען שטער נישט א גרויסער מחוצף באלאנגט נישט אין ביהמ"ד סאיז בה דא ווי צו גיין אין 45

מלמדים פון דזאבס האט נאר געשייקט דער וואס איז געווען א אויסגעשפראכענער שונא וידער אמאל דער מלמד האט ווי צו גיין שפיל נישט רחמנות אונזער רב דארף זיך נישט פארחובען אויסצוהאלטען זיינע שונאים אין מלמדים וואס וועלען מסית זיין די קינדער

ווידער קינדער האט מען קיינעם נישט ארויס געווארפן נאר דער וואס האט נישט געפילט פאר וויכטיג צו רעגיסטרירן זיינע קינדער האט מעו זיי נישט אריינגעלאזט

אגב אינעם פסק בי"ד זעהט מען אז זיי האבען אויך פארשטאנען אז אונז האבען רעכט על קבלת ילדים און אויך אויף די דזאבס
אין יעדער בר דעת פארשטייט אז קינדער וואס רידערן ארום אנטי אונזער רב דארף נישט האבען א מקום אין אונזער ת"ת אונזערע קידער האבען געניג דורגעמאכט די רדיפות די לעצטע פינף יאר

איך האב געלערנט ביי מנדל גראס פלעגט ער זאגען סוף שיעור "והיא פשוט"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > על שלא הספדוהו כהלכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 סך הכל 6 דפים.

bholext