עס איז דאך א משוגעת פון אונזער היימישען עולם אז ווען מען זעט א "הצלה קאל" מוז יעדער לויפען און אויך קיקען דעהם פאציענט און פנים אריין.
וויפיהל מאהל מאכט זיך אז מען פיהרט אריין א היימישע אידענע און זי ליידט נעבעך בושות ווייל פון קליין ביז גרויס יעדער מוז וויסען "ווער איז דאס", "וואס איז געשעהן" וכדומה.
איך לערען מיינע קינדער אייביג צו שטיין פון דערווייטענס ביי א הצלה קאל וכדומה.
מען מוז זיך נישט אייביג אויפירען נישט נארמאל, נאך דערצו צווישען גוים.
מען מעג שטיין אין line אין באנק, Wallmart, וכדומה.
מען מוז זיך נישט אריינכאפען אדער "איבערנעמען" דאס פלאץ ווי מען גייט.
געדענקט! כל ישראל ערבים זה לזה. ווען דער גוי מאכט א חילול הגוי, זאגט מען נישט "אלע" זענען אזוי. עס איז איין משוגענער אדער איין rude person. אבער ווען "איין" איד פיהרט זיך נישט אויף שיין, דער גוי איז שוין בזי מיט Your People וד"ל.
|
|