בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

Is NYPD Against Hatzolah

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2005 03:53 לינק ישיר 
Is NYPD Against Hatzolah

NYPD Interfering With The Work Of Hatzolah.
While upstate emergency workers from the FD to PD all do the outmost to improve relationships with Hatzolah, down in the city it's the contrary. An officer of the 90th Precinct - and not for the first time - pulled over a Hatzolah membe



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2005 08:42 לינק ישיר 

This is what happens when you abuse the system.
Now we have to suffer because a few idiots that took advantage so Hatzolah can't operate on the Pallisade.
Just wait and see that the NYS troopers will tell Hatzolah that they won't be able to operate on the NY17, because of what happened last week at the accident scene.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 21:56 לינק ישיר 

מען קען נישט זיין קיין אוברחכם, א פאליציאנט טוט ממילא וואס עס שמעקט אים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2005 21:32 לינק ישיר 

KJfireman
אוודאי וועט זיך א איד מוסר נפש זיין צו ראטעווען א צווייטן איד, און מען איז אוודאי גרייט צוליידן די קאנסעקווענצעס פון נישט פאלגן דעם פאליציאנט,

מיר האבן גערעדט פונעם געזעץ, אז די פאליציי האט דאס לעצטע ווארט, און לויטן געזעץ דארף מען זיי פאלגן, מען דארף געדענקען אז דער פאליציאנט, אויב לאזט ער נישט צורירן צום פאציענט מיז האבן גענוג א גיטן טעם דערויף, ווייל ער ווייסט אז מען וועט גלייך אריין געבן א קלאגע אקעגן עם, קודם ביי די פאליציי אליינס, און דערנאך א סיוויל קלאגע ווי ער וועט זיך מוזן פארענטפערן, און אויב איז דאס געווען בלויז רשעות קען ער נאך גיין יושב'ן פאר דעם.

א הצלה מעמבער און בעיקר די מנהלי ההצלה דארפן אבער וויסן, אז מיט אביסל ישוב הדעת און שכל הישר קען מען געווענדליך אלעס ערלעדיגן. למשל ווען מען האט צוטון מיט די פאליציי, האב איך געהערט ווי מען הייבט תיכף אן צושרייען "די ביסט א אנטיסימיט" אדער פאר א שווארצן וואלסטו דאס אויך געטוהן" אדער "מיר וועלן דיר ווייזן וואס מיר קענען"
געווענדליך אין אזא צייט גייט דאס אריין אין ניצחון און דער אפיציר וואס איז אויך א בשר ודם וויל אויך צוריק ווייזן אז ער שרעקט זיך נישט פאר א JEW, און שרעקט זיך נישט צוזאגן א ליגענט צו בארעכטיגן זיין צד, און על פי רוב קומט ער ארויס גערעכט.

די בעסטע וועג איז עם צו זאגן מיט רעספעקט,
LOOK "OFFICER", I RESPECT YOU AND KNOW YOU ARE JUST DOING YOUR JOB, AND WE BOTH WANT THE GOOD OF THE PATIANT, AND WE ALL ADMIRE YOUR WORK, BUT IN THIS CASE IT NECESSERY TO PROVIDE THE PATIANT WITH
און אויף א פראפעשענאל וועג מסביר זיין וואס מען דארף טון, מען קען צו לייגן די ווערטער AND WITH YOUR PERMISSION WE WILL DO THE FOLLOWING
ע"פ רוב וועט דאס העלפן ווייל מען גיט עם דעם כבוד.

בקיצור. מען קען נישט און מען טאר נישט זיין קיין אויבער חכם מיט זיי, און מען קען נישט ערווארטן פון א גוי א פאליציאנט, זאל זיך ברעכן זיין גאווה און זיין תאוות הנצחון ווען מען טוט עם ווידערשפעניגן, פלעין פשוט עס ארבייט נישט.

געדענקט, די פאליציי האט לויטן געזעץ דעם גרעסטן כח, אפילו די פייער דעפארטמענט שלאגן זיך שוין ארום מיט זיי אז זאלן לכחל הפחות האבן "דעם זעלבן" כח ווי זיי ביי א עקסידענט, און סיי מעיאר קאטש, מעיאר דשזאליאני, און מעיאר בלומבערג האט זיי דאס נישט געוואלט נאכגעבן, און אפילו זיי דארפן אויספאלגן די ארדערס פון די פאליציי.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2005 20:15 לינק ישיר 

די נוא דזשערסי פארקוועי פאליס האט לעצטענס געשיקט א בריוו און געווארענט די פירער פון הצלה אין די סיטי, אז זיי ווילן נישט זען קיין שום הצלה מעמבער אדער אמבולאנס ביי א עקסידענט אדער אנדערע סין, אויף'ן פאליסעידס פארקוועי אין די נוא דזשערזי טייל! זיי שרייבן זיי וועלן געבן טיקעטס און אפילו ארעסטירן אויב מען וועט זיי נישט פאלגן.

הצלה האט געשיקט דעם בריוו פאר אלע מעמבערס, און געשריבן אז זיי טרייען צו ארבייטן דערויף, אבער דערווייל זאל מען טאקע זיך נישט איינשטעלן, ווייל עס לוינט נישט זיך אנצוהייבן. (הצלה האט נישט קיין לייסענס אין נוא זשערסי)

איך ווייס פון א מעשה וואס א סטעיט טראפער האט ארעסטירט א הצלה מאן, ווען יענער האט נישט געפאלגט און נישט געוואלט צוריק אריינגיין אין אמבעלאנס, אויף די THRUWAY.

עס איז נישט קיין מאנקי ביזנעס. זיי האבן זיך זייערע סיבות דערפאר, און מיר זענען אין גלות.

אגב, נישט "עטליכע" מעמבערס אביוזען די סיסטעם, נאר דאס איז די קולטאר פון הצלה; די סיסטעם איז אראפגעשטעלט צו אביוזען, און פארן לייטס ענד סיירין צו אלע קאלס, אפילו ווען איינער האט א ספלינטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 21:49 לינק ישיר 

יענקעלע:

אויף איין זאך מוז איך מיט דיר מחולק זיין, דו שרייבסט געזעץ איז געזעץ און אויב די פאליציי הייסט פאר א מעמבער נישט רירן א פאציענט מוז ער פאלגן!

חס ושלום!

אפשר אויף די "בוקס" ביזסטו גערעכט, אבער עפ"י הלכה איז ער מחויב אנצופייפן דעם פאליציאנט ווען עס איז א פקוח נפש פראגע און ער האלט אז ער האט אפילו א ווייטן טשענס צו ראטעווען א נפש אחת מישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 21:11 לינק ישיר 

אזוי האבן זיי גיטוהן יארן צוריק אין ב"פ ביים שיסען דעם גייסטיש קראנקע אין זיי האבן נישט גילאזט הצלה אים ראטעווען ווייל עווידענס איז וויכטיגער
ד"ה גילעבט ביי די בוקס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 16:15 לינק ישיר 

די הצלה טיט אויף גדולות ונצורות, לית מאן דפליג, זיי דארפן אבער וויסן אז געזעץ איז געזעץ , ווען מעג מען יא אדורך פארן א רויטע לייט און ווען נישט, טאמער איז דער געזעץ אז מען דארף האבן VAS אדער EMT פלעיטס, דאן דארף מען דאס האבן, מען קען נישט ערווארטן אז די פאליציי זאל האבן א פילינג און פארקיקן דעם געזעץ, זיי האבן נישט קיין אידיש הארץ.

אמת, מען טאר נישט באשולדיגן רוב הצלה מעמבערס ווייל עטליכע פון זיי אביוזן דעם סיסטעם, אזוי אויך קען מען נישט באשולדיגן די פאליציי ווען א מיעוט פון זיי מאכן אן צרות מכוח רשעות און אנטיסימיזם.

דאס געזעץ זאגט קלאר אז יעדער איינער אפילו א עמערדזשענסי פראוויידער דארף אויספאלגן די אנווייזונגען פון א פאליציאנט, טאמער קומט מען אן צו א פאציענט און דער אפיציר זאגט פארן מעמבער DON'T TOTCH HIM דארף דער מעמבער וויסן אז ער טאר נישט צורירן צו דעם פאציענט, אפילו דער פאציענט קען חלילה אויסגיין, (אמת, דער אפיציר וועט דארפן אפגעבן א דין וחשבון פאר זיינע אויבערהארן פארוואס ער האט נישט געלאזט העלפן דעם פאציענט) דאס איז א קלארע געזעץ, און ליידער ביי אונז, פייפט מען אן יעדן, מען ענטפערט צוריק חוצפה'דיג, מען סטראשעט זיי אז מען וועט זיי ווייזן, מען וועט זיי לערנען דרך ארץ, נו, אוודאי מאכט דאס אן א שנאה צעווישן די פאליציי און הצלה, מען דארף געדענקן אז דער אפיציר בעצם איז א פאלנער גוי, עם אינטרעסירט נישט קיים פיקוח נפשות, און האט נישט מורא עובר צו זיין אויף "לא תקום ולא תטור" ע"כ דארף מען וויסן וויאזוי אימצוגיין מיט זיי, און נאר אזוי קען מען געווינען זייער רעספעקט, אזוי ווי מען האט טאקען געטין אין די קאנטרי, און אזוי ארבייט מען אין קרית יואל, און וועגן דעם איז מען דארט מצליח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2005 14:53 לינק ישיר 

צדיקל

מיש נישט צוזאם הצלה מיט שומרים.

א הצלה פארט צו ראטעווען א לעבן אין יעדע מינוט איז טייער, אין ער צינד און א רוט לעמפל צו רוקען טרעפיק.

א פאליציאנס וואס שטעלט אים אפ פאר ער זעט ווי ער איז אונגעקומען איז א פארברעכער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2005 22:45 לינק ישיר 

so acording to EPSTEIN anyone who passes a red light should not be stoped. who cares someone could get killed.Iif the police stop you he must be an anti semite. HU
GIVE ME A BREAK. YOU PASS A RED LIGHT YOU GET A TICKET



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2005 22:27 לינק ישיר 

אמת א גרויסע עוולה צו אביוזען א סיסטעם, אבער 2 wrongs dont make one right.

אז א הצלה מעמבער פארט דורך א רויט לייט האט א פאליציי מאן א ברירה עם נאכצופארען ביז ער זעט אז ער איז נישט אויף א קאל.

סתם אפצושטעלן בשעת ער פליט איז א עוולה.

אין ארץ ישראל איז פון די גרעסטע עוולות פון די איזרעילס אז זיי שטעלן אמאל אפ א אראבישע אמבולאנס ביי א טשעקפוינט.

אין דארט טוט מען עס צו כאפען באהאלטענע מערדער'ס אין באמבעס וואס איזרעליס האלטען אז עס ווערט געשווערצט מיט אמבולאנסן, און בכל זאת פארשטייט עס נישט די וועלט.

אבער דא פאר א רויטלייט איז ווייט נישט יושר אפצושטעלן.

תוקן על ידי - עפשטיין - 17/07/2005 22:27:41



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2005 07:48 לינק ישיר 

Come on 13th Avenue and see how ladies driving cars with VAS plates and Hatzolah ID's in the window double park to do shopping. Are you telling me they are responding to a call

When one person in an organization does something wrong the whole organization will suffer

TUFF LUCK



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 21:31 לינק ישיר 

ביי די לוי' פון סקולענער רביצען האט א נוא דזשערסי פאליס געסטאפט א יונגערמאן וואס איז נאכגעפארן די ארון, פאר האבן סטראובס אויף זיין קאר.

פערצופאל האט "דער" יונגערמאן דאס נישט געהאט, און באקומען א טיקעט פאר אנדערע נארישע זאכן.

דאס ווייזט אבער ווי ברוגז די פאליס איז מיט אביוזען די סיסטעם.

אין קעטסקילס האבן זיי זיך עס גוט אויסגעלערנט, און די פירער פון הצלה האבן פארשטאנען עס מוז נעמען א סוף צו די אביוזעס.

אין ברוקלין פירט מען זיך נאך אויף ווי דאס פלאץ באלאנגט פאר אונז.

יא, פאליס קען אביוזען די סיסטעם, אבער מיר אידן זענען אין גלות!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 21:26 לינק ישיר 

פאליס האט אייביג אפגעשטעלט הצלה. די שאלה איז, ווי אזוי די הצלה פירער באהאנדלן עס.

אין רוב פלעצער איז מען זיך גוט אויסגעקומען און די פאליס האט זיך אפגעלאזט.

לויט ווי איך קען די וויליאמסבורג-סאטמארער מאנטעלעטי, וועלן זיי יעצט פייטן די פאליס, אלס אנטיסעמיטן, און צום סוף וועט נאר יעדער ליידן.

הצלה אין וויליאמסבורג און ב"פ טראגט אריין "יעדע" פעישענט אין האספיטאל לייטס ענד סיירין, אפילו עס איז נישט קיין עמערדזשענסי. זיי קומען אפילו אמאל צוריק אויך מיט די סיירין.

טריי אויס, רוף הצלה און זאג עס איז א קליינע שניט און ווילסט נאר איינעם עס טשעקען. אויב איז עס מוצאי שבת אדער חול המועד וועסטו מיינען האסט גערופן די פייער לעשער!

די גרעסטע סיסטעם אביוזערס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 21:01 לינק ישיר 

רבותי...

לאמיר נישט פארקריכען פונעם ענין.

דאס איז אמאהל זיכער אז "יעדער" איינער האט הנאה פון הצלה. ביי וועלכע אידישע שטוב האט זיך נישט געמאכט אז מען האט געמוזט רופען הצלה?

פאקט איז אז רובם ככולם זענען זייער organized און פאלגען "אלע" רעגולאציעס. בפרט און די לעצטע פאר יאהר האט הצלה זיך זייער פארבעסערט זייער image און פירען זיך אויף לויט דעהם געזעץ.

יא... עס קען אמאהל זיין איינער וואס פאלגט נישט דעהם געזעץ. אבער עס איז די אויסנאם. פארשטייט זיך אז הצלה דארף טוהן אין דעהם און "כסדר" האלטען און איין דערמאנען די מעמבערס נישט צו עביוסען דעהם סיסטעם.

די מעשה נעכטען איז למעשה געווען אז א הצלה איז געפארען אויף א "עכטע קאלל", מיט Lights and Sirens, ער איז געווען דער First Responder קיין בראשוב ביהמ"ד אין ווילי.

דער פאליציי האט איהם אפגעשטעלט און געזאגט אז אויב האסטו נישט קיין VHS פלעיטס טארסטו נישט פארען מיט קיין רויטע לעקטער. ער האט איהם געשטערט פון ווייטער אריינגיין אין ביהמ"ד.

איך בין נישט הונדערט פראצענט וואס די געזעץ איז. אבער איך מיין אז אויב א הצלה מעמבער וואלט געמוזט האבען VHS פלעיטס צו נוצען רויטע לעמפלעך וואלטען זיין געהאט.

אפשר קיין איינער וואס איז באקאנט אויף זיכער אויפקלערען...

צום שלוס... אויב ליינט איהר וואס איך שרייב אייביג ווייסט איהר אז איך נעם מיך נישט אהן בלינדערהייט פאר עוולות פונעם היימישען עולם. איך בעט אייביג מען זאל נישט מאכען א חילול השם, זיך אויפירען ארענטליך, נישט בלאקען טרעפיק, שטיין אין ליין אין באנק וכדומה. אבער דא מיין איך האט דער פאליציי געטוהן רשעות.

תוקן על ידי - בארא_פארק - 15/07/2005 21:02:06



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2005 19:53 לינק ישיר 

יא יודעלעך לייגער האבן א טבע מען אביוזד דעם סיסטעם
עס איז דא אינגעלייט וואס זענען נישט קיין אי עם טי און פארקן אויף פאמפס און דאבעל מיט א הצלה לעקטער און עס רעגט אויף
עז איז דא פאלטשע ווי אויך 20 יעריגע מעמבערס וואס זענען נישט אקטיוו
קארס זענען דא דאבלט ווי מעמבערס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > Is NYPD Against Hatzolah
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext