בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

האט איר הנאה אין קאנטרי ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2005 09:24 לינק ישיר 
האט איר הנאה אין קאנטרי ?

האט איר הנאה אין קאנטרי ?

אין דע קליינע פארשטיפטע באנגאלוי ?

איז נישט בעסער צו דינגען א דירה אין מונסי ק"י
אדער ערגעץ אנדערש אין מען האט א ברייטע דירה,

אין איך מיין אז עס קען נאך אויסקומען ביליגער,

און דע יונגעלייט קען נאך יעדן טאג אהיים קומען,

בקיצור איך האלט אז עס איז בעסער ברוחניות ובגשמית

אדרבא לאמיר הערן וואס איר האלט !!!!!!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 05:19 לינק ישיר 

אויב קענסטו לייגן די הענט אויף א פעדעקס באקס, דאן זיי מוחל אין שיק מיר א סקאנק אויך. זעה אז עס זאל זיין אבער-נייט שיפינג ווייל איך בענק מיך.

-קוטש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2005 01:28 לינק ישיר 

פאר א נויט קען איך דיר שיקען מעזקיטוי'ס אויפן פאסט מיט באדערפלייס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 00:56 לינק ישיר 

קוטשמע, מיין חבר זאגט מיר אז ער ריקט אריין אלע בעטן אין קיטשען, און ער מאכט קאנטרי אינדערהיים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2005 00:32 לינק ישיר 

איך האב א חבר א טראק דרייווער זאגט ער אז ער קען זיך נישט ערלויבען צו פארן אין קאנטרי אבער אלע כולל יונגעלייט האבן יא דאס געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2005 22:54 לינק ישיר 

בענעדיקט, ראדני: איך בין מיט ענק.

פון מיין עקספיריענס אויס בלייב איך שוין היינט צו טאג אין שטאט. עץ קענץ ענק פארשטעלן? טויזענטער משפחות מוטשען זיך איבער, אז איך זאל האבן וועקאציע. ווען נאך אפאר וואלטן ווען געפארן וואלט נאך שטילער געוועהן אין שטאט.

וויאזוי האט א קליגער איד געזאגט? איך פארשטיי נישט פארוואס מ'דארף ארויס פארן דריי שעה און צאלן אזוי סאך געלט דערפאר. זאל יעדער אריין שטיפן זיין משפחה אין איין צימער פון זיין הויז, צו שפארן די אנדערע צומערן, אויסלעשן די לעקטער דריי מאל א וואך, די וואסער פיר אדער פינף מאל א וואך, ווארעם וואסער זאל נישט זיין ערב שבת, מאכן אפאר לעכער אין דאך אז עס זאל אריין רעגענען, אנשמירן די שיך פאר מ'קומט אריין און שטוב, אין שלום על ישראל, מקען עס רופען קאנטרי פונקט אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/7/2005 22:29 לינק ישיר 

איך האב הנאה.

פאר פרייטיג ביז מאנטאג איז עס פונקט גוט.

איך בין נישט מקנא די וואס זיצען דארט א גאנצע וואך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2005 21:47 לינק ישיר 

איך האב שוין פרובירט ביידע, געווען אין קאנטרי, און אין שטאט, און איך רעד פון עקספיריענס.

אבער... זאל שוכמאכער בלייבן אין קאנטרי... וועלן מיר דאהי האבן נאך אביסל לופט און רואיגקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 21:41 לינק ישיר 

ווי לאנג רוב מענטשען וועלען האלטען ווי שוכמאכער איז א מחיה.

שוכמאכער איך האב א חשד אז די ביסט נישט קין ברוקלינער, ווען יא וואלסטו געוויסט א בעיקר פארען די מיט קליינע דירות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2005 21:35 לינק ישיר 

די וואס שרייבן ווי גוט בלייבן אין שטאט איז, האבן מסתמא נישט די געלט צו פארן אין קאנטרי, און ווילן זיך אליין טרייסטן, אז בלייבן אין שטאט איז בעסער.

זייט נישט דזשעלעס! ארבייט שווערער, פארדין מער וועסטו אויך קענען נעמען דיין פעמעלי אין קאנטרי נעקסטע יאר.

סארי פאר זאגן די אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 21:26 לינק ישיר 

איך בין א "פראוד" שטאטישער איינוואוינער!!!

איך דערצייל נישט פאר קיינעם ווי גוט עס איז דא, ווייל איך ציטער אז דער עולם וועט צוריקקומען, און איך וועל מוזען אוועקפארען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 21:16 לינק ישיר 

קאנטרי איז זייער שיין און פיין ווען עס איז א גוטער וועטער און מען קען שווימען, זיצען אינטער די ביימער און די קינדער קענען שפילען.

אויב איז רעגענדיג און מען מוז אריינקריכען אינעם קליינעם שימעלדיגען באנגעלאו און די קינדער האבען נישט וואס צו טוהן נאכען שפילען מיט clay און Art's 'n Crafts פאר דריי שעה איז אך און וויי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2005 19:43 לינק ישיר 

אין ביזן דף און פון נאכן דף? קריכסטו אינעם קליינער דירה צווישען די פוס פון די קינדער?

איך בין געווען לעצטע וואך אין שטאט אויף שבת, איך האב מיך געפילט ממש שלעכט וואס איז בין נישט דארט יעדער שבת.

אמת זינטאג איז אביסל שטיל אין עס איז נישט דא ווי צו לערנען אונטער די ביימער, אבער שבת איז מעין עולם הבא, אסאך געשמאקער אין רואיגער פון קאנטרי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 18:41 לינק ישיר 


ב"ה, אודאי האב איך הנאה, ממש א מחיה, איך האב מיר געמאכט א חברותא אונטער די ביימעלעך צו לערנען דעם דף, ס'איז ממש א טעם גן עדן....,

אוי, איך בין דאך נאר געפארען פאר די "קינדער"!


גוט שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2005 17:49 לינק ישיר 

איין שטארקער פראבלעם איז דא אין קרית יואל וכדו', וואס עס איז נישטא אין קאנטרי.

אין קאנטרי קען מען ארויסשיקן די קינדער רואיג אויף די גאס שפילן.

כאטש דארט דארף מען אויך האלטן א וואכזאם אויג, קומט עס ווייט נישט צו צו די השגחה וואס מען דארף האבן אין די געהעריגע געגנטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2005 17:13 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > האט איר הנאה אין קאנטרי ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext